Original scan
Original memorial-book scan 457
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-750

םםר לוקא װ 453 צימער. אין וועלכן מיר האבן געוונינט. איך מיט מיין פרו י און קינד זענען געלעגן באהאלטן. מיר האבן געהערט ׳ווי זי רײמען אויף די טיר. זיי זענען אריין מיט שטורעם ג ״וװ זענען די ײדן ז״ די האבן אלץ איבערגעקערט׳ אװעקגערוקט די שענק — און אלץ נישט געפונען. ענדלעד האב איך דערהערט׳ ווי די גייען אװעק • פון שרעק האב איך פארלוי ח דאם לשון. קי ץ װארט האב איך נישט געקענט ארויכ״ ברענגען פון מויל. מיץ פרו י מיטן קינד האבן געוױינ ט < זיי האבן געמײנט׳ אז איך בין געװארן שטום. ערשט נא ך א האלבע ר שעה בין איך געקומען צו זיד׳ און מײנע ערשטע װערטער זענען געװען: ״אנטלויפן. זיי װעלן קומען נאד א מאל״. אבער וו לויפט מען י און צו װעמען ז װע ר װעט אונדז אריינלאזן ז

passage_99fad99d62cbf6d78c420953
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 752-2169

מיר האבן באשלאמן׳ א ז מיץ פרוי װעט אװעק צו א באקאנטער קרימטין. אפשר װעט זי פועלן׳ א ז זי זאל אונז ארײננעמען צו זיך. איך בין מיטן קינד אװעק צו יאסל בורשטין. איך האב געװוסט װער באהאלט זיך אויס. אין דרויסן איז געפאלן א דראבנער רעגן. איך האב זיך צוגעשארט צו זיצ דיר ה און פארזיכטיק אנגעקלאפט׳ װען יאסל האט מיך דערזען׳ האט ער זיך שטארק דערפרײט און זיך גענומען אויספרעגן װעגן מײן פרוי און קינד. אין מיטן פון דעם שמועם איז ארײנגעקומען זיץ באלעבאם׳ א קריסט נאטירלעך. דער באלעבאם האט מיך געקענט׳ מיר האבן אים דערצײלט אין װאם פאר א לאגע איך מיט מײן פאמיליע געפינען זיך. אבער אנשטאט צו טרײסטן מיך׳ האט דער קרימט מיך אויפגעפאדערט׳ אז איך זאל תיכף פארלאזן דאס הויז. ער איז נישט מסכים׳ אז נאך א ײדישע משפחה זאל װוינען בײ אים. איך האב אים גענומען בעטן׳ אז ער זאל מיך איצט נישט ארויםטרײבן: מיץ פרוי איז אװעק זוכן א דירה. און װי נאר זי װעט באקומען׳ װעל איך פון דאנען ארויס. אבער ער האט גארנישט געװאלט װיסן: רק ארויס און ארויס. און מיט א מאל איז יאסל צוגעשפרונגען צו אים מיט א מין װילדקײט און װי נישט מיט זיץ קול האט ער אנגעהויבן שרײען צו אים: ״טשעפע אים נישט! ער איז א הײליקער! אויב ער האט געקענט ניצול װערן פון דער געפאר׳ איז ער א הײליקער!״. דאס האט׳ װײזט אויס׳ געװירקט אויפן קריסט׳ ער איז אװעק און גארנישט געזאג ט מער׳

passage_7905ee4a7b83a67fa8e494ef
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2171-2880

דערװײל איז מײן פרוי געקומען מיט דער בשורה ׳אז איר איז געלונגען צו באקו־ מען א באהעלטעניש. מיר זענען אריבער אין דער נײער דירה. עס זענען אװעק װאכן׳ חדשים און יארן אין כםדרדיקער שרעק פארן מארגן — ביז מיר האבן דערלעבט צו דער באפרײונג. נאך דער ב>ןפרײונג דאס ערשטע איז מען געלאפ ן זוכן לוקאװער לאנדסלײט. דער בילאנץ איז געװען א טראגישער. די עטליכע געראטעװעטע לוקאװער האבן זיך צוזאמענגענומען און דעמאלט איז געשאפן געװארן די לוקאװער לאנדסמאנשאפ ט אין בעלגיע מיט ױםף בורשטי ץ אלס פארזיצער. איך בין געװען םעקרעטאר און לײביש פעלהענדלער — קאםירער. צו יענע ױ צײט האבן אנגעהויבן אנקומען דורך דײטשלאנד קײן בעלגיע מענטשן׳ װאס האבן זיך

passage_1be47308d43d721db68e7825