Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-798
משה צוקערמאן פון פאריז — קײן אשװיענטשים דעם 12טן מאי 1941 האב איך באקומען א צעטל פון דער פאריזער פאליצײ מיט דער אויפסאדעחונג צו מעלד זיך. מיץ פרו האט מיך נישט געראטן צו גײן. איך אבער האב געהאט צוטרוי צו דער פראנצויזישער פאליצײ. איך בין דאך שוין געװען 12 יאר משה צוקערמאן אין םראנקרײד אם מײנע דױי זין זענען געװען פראנצויזישע בירגער. אחוץ דעם בין איך געװען א םריװױליקער אין דעד פראנצויזישער ארמײ, האב זיך באטײליקט אין די מעמםן אויסן םראנט אם באקומען א הױכע שלאכט־אויסצײכענונג. דעם 14טן מאי בין איך אװעק אין דער פאליצײ אם דארט האט מען מיך תיכף םארהאלטן. װען איך האב געפרעגט פאר װאס מען פארהאלט מיך, איך האב דאך גרויסע פארדינסטן םאר פראנקרײך, האט דער פאליצײפונקציאנאר מיר געעגטפעדט, אז 458
passage_dc34a77ebd8dab899f30db7d