סםר לוקא װ 459 טאקע דערפאר האלט מען מיך. כדי נאכצוקאנטראָלירן צי די אלע דאקומענטן זענען ריכטיקע. ווי נאר מען װעט דאס אויפקלערן, װעט מען מיך באלד באפרייען. אויף אזא אופן האט מען אפגענארט די ייִדן. אין דעם זעלבן טאג האט די פאליציי אדעםטירט א ססס. 5 יידן פון פארשידענער בירגערשאפט און אין אװנט זיי אפגעפירט אין צוויי לאגערן: באן לא ראלאנד און פיטיװיע. איך בין אוועק אין לאגער פיטיװיע. צוזאמען מיט מיר אין פיטױויער לאגער זענען געווען די לוקאװער מאיר רױזענבלאט, יוםף ליכטענשטי מ א װ פינטע. ווער פון די לוקאװער עס איז געווען אין לאגער באן לא ראלאנד, װײס איך נישט, אבער לויט אלע װארשײנלעכקייטן זענען דארט געווען מער לוקאױער ווי אין לאגער פיטיװיע.
צוזאמען מיט ױם ף ליכטענשטײן בין איך ארײן אין בלאק 14. דאם איז געװען א ספעציעלער בלאק פאר ״פרױויליגירטע״, פאר קאמבאטאנטן. דארט זענען מיר געװען 14 חדשים. אין יוני 1942 האבן זיך אגגעהויבן די דעפארטאציעס פון לאגער, אבער פון אונדזער בלאק האט מען קײנעם נישט גענומען. אין זעלבן חודש ױני, נאר דער ערשטער דעפארטאציע, איז געקומען צו אונדז אן אנפירער פון אונחער דיװיזיע און אונדז פארזיכערט, אז מיר װעלן בלײבן אין פיטיװיע ביז די מלחמה װעט זיך ענדיקן. די דײטשן פארלאנגען, אז מיר זאלן בלײבן אינטערנירט, װײל מיר זענען פוילישע בירגער. שפעטעך האט זיך ארויםגעװיזן, אז די דײטשן האבן אויך אים אפגענארט. דער אפיציר איז איצט א װיכטיקע פיגור אין פראנקרייך. אין יענע שװערע טעג פלעגט ער אפט קומען צו אונדז און אונדז צוגעבן מוט. דעם 16טן ױלי 1942 האט מען אויסגעלײדיקט בײדע לאגערם. מען האט אונדז אנגעפאקט אין װאגאנען װי הינער אין א שטײג. דער טראנספארט איז באשטאנען פון 1050 פערזאן. פ מ לוקאװער זענען געװען צװישן דעם טראנספארט: איך, ױם ף ליכטענ* שטיץ און הערצקע הייבלום, װעלכן מען האט געבראכט פון לאגער באן ל א ראלאנד. פינטע און מאיר רויזענבלאט זענען דעפארטירט געװארן פריער.
מיר זענען געפאן עטליכע טעג אן עסן און טרינקען. די שטיקעניש איז געווען א שרעקלעכע — מיר זענען געווען איבער סס פערזאן אין א װאגאן. בעת דער צוג האט זיך ערגעץ־װו געשטעלט אויף א םטאציע, כדי צו בייטן די ליניע, האבן מיר גענומען שרייען ״װאסער״, אבער אין דײטשלאנד האבן די צױוילע מענטשן אין דרויסן אונדז אפגעענטפערט, אז פאר ײדן איז נישטא קיין װאסער. ביז מיר זענען אנגעקומען קײן אוישװיץ, זענען געווען עטליכע טויטע. מען האט זיי ארויסגעװארפן פון צוג אין מיטן װעג. װען מיר זענען אנגעקומען אויפן װאקואַל אין אוישװיץ האבן די טירן פון די װאגאנען זיך געעפנט און עס האבן זיך דערד׳ערט װילדע געשרייען: ״אלע ראוםו״ אץ באלד האבן פון אלע זייטן זיך אנגעהויבן שיטן קלעפ. אונטער די אומאויפהערלעכע