Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 464
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1207

460 ססר לוקאװ קלעפ האט מען אונדז געיאגט צו שטעלו זיד10 פעתאן איןא ריי אמ צו מארשיח די 2 קילאמעטער ביז בירקענוי. די פעקלעך האבן מיר געמחט איבערלאזן בײם וואקזאל• אין בירקענוי האט די ס.ם. אונח גענומען פונאנדערטײלן אויף רעכטס און אויף לינקם. די, װאם מען האט אויםסארטירט אויף לינקס, האט מען באפויא אויםצוטאן זיד גאקעט. יוםף ליכטענשטיץ איז אװעק אויף לינקס, און איך מיט הערצקע הײבלום— אויף רעכטס. די מענטשן, װאם זענען אויםגעטײלט געװאח אויף לינקם, האט מען ארויפגעפאקט אויף לאםטאויטאם און אװעקגעפירט (דעמאלט איז אין בירקענוי נישט געװען נאד קײז גאזקאמער און קײן אוױמ). אונדז, די אויםגעטײלטע אויף דער רעכטעד זײט, האט מען ארײנגעפירט איןא זאל, אויםגעטאן, אפגעשוירן אמ צוגענומען בײ אונדז אלץ׳ װאם מיר האבן נאר פארמאגט: געלט, דאקומענטן, פאטאגראפיעם. נאקעטערהייט האט מען אונדז ארײנגעפירט איןא צװײטן זאל, ױו מען האט אונדז רעגיםטרירט און געגעבן נומער־נעמען. דאדט האט מען אייד געמאכטא רעװיזיע אין די באהאלטנםטע קערפער* טײלן און מען האט אײנגעשריבן װיפל גאלדענע ציץ מען האט אין מויל• נאדא קאלטן שפריץ און נאכן אנטאן זיד, האט מען אונדז ארײנגעפירט אין די בלאקן.

passage_8c6f55819bb978e2687f8327
Passage 2normalized OCR · source chars 1209-2521

דאם ארײנפירן אין די בלאקן איז פארגעקומען אונטערא האגל פון קלעפ. מיד האט מען ארײנגעפירט אין בלאק נומער 15. דער דאזיקער בלאק איזא מאל געװען א פוילישער געװער־םקלאד, און אין די לעכער פאח געװער האט מען אונדז ארײנ* געיאגט. דאם זענען געװען אונדזערע נארעס. שוין אין ערשטן אװנט זענען געװען עטלעכע טויטע פון אונדזער גרופע• נאד2 טעג האט מען מיד איבערגעפירט אין בלאק 8, װ־ דער קאפא איז געװען דער מערדער מארעק אין דעם דאזיקן בלאק איז געװען אויד מיץ שװאגער יצחק גאל ז״ל. אין עטלעכע טעג ארום, אין םוף יולי, האב איד דורכגעמאכט די ערשטע םעלעקציע אויםן אפעל־פלאץ. די םעלעקציע איז דורכגעפירט געװאח דורדא דאקטער אוןא פארשרײבער. דער דאקטער האט בלויזא װײז געטאן מיטן פינגער אמ דער פארשריײ בער האט פארצײכנט דעם נומער. דער ״נומער״ האט תיכף געמוזט ארוים פמ דער רײ. דארט איז אויד געפאלן דער אומקום־גורל אויף מיץ שװאגער. דער אפעל האט געדויערט שעהען. די כוחות האבן מיר אנגעהויבן אויסגײן, אמ כדי נישט צו פאלן פון די פיס האב איד זיד געריםן די נעגל פמ די פינגער. נאכן פאר* ענדיקן דעם אפעל, האט מען די פארצײכנטע אװעקגעפירט אין בלאק 7. דאם איז געװען כלומרשט דער ״קראנקען־בלאק״—א גתיםער הויף, ארומגעצוימט מיט דראט. אהין האט מען זײ ארײנגעיאגט נאקעטערהײט.

passage_27a947e3b7e968300661544b
Passage 3normalized OCR · source chars 2523-2903

אין יענער נאכט איז געװעןא שרעקלעכער שטורעם,א גאס רעגן מיט דונעח אמ בליצן, אבער די געשרײען פון די נאקעטע מענטשן אין בלאק זענען דערגאנען צו אונדז אין בלאק. פאר טאג האט מען זײ ארויסגעפירט אין לאםטאויטאם עטלעכע קילאמעטער פמ לאגער אמ דארט האט מען זײ אומגעבראכט. מיר, די איבערגעבליבענע, האבן געארבעט ביים בויען די באראקן אין לאגער•

passage_4de9a1f0564a0b0d98d7d3e4