Original scan
Original memorial-book scan 466
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1305

46!2 םםר לוקאװ מענטשן. אז קײן טויטע זענען נישט געװען׳ האבן זײ גענומען לעבעדיקע. אבי צו האבן די נארמע םװ25 פעחאןו אזא צאל פון נײע ארבעטער־העפטלינגען פלעגן זײ ברענ־ גען יעדע װאד• װען מען האט אנגעהויבן בויען די בלאקהײזער— און מען האט געדארפט האבן מער צעמענט׳ האבן די דײטשן געבראכט נאד40 פעחאן, און שפעטער נאד100 פערזאן— אזוי כםדר׳ ביז די צאל ארבעטער אויף שטײנברוד האט באטראפן 400. אויםער די האבן נאד100 פערזאן געארבעט ביי פארשידענע אנדערע ארבעטן׳ ווי למשל׳ אין קיד׳ םטאלארעם׳ עלעקטריקער׳ אין דער פאקערײ און אויך דאקטוירים. װען די צאל פון די אלע באשעפטיקטע איז שוין דערגאנגען צו די 500. פלעגט מען יעדע װאד ברענגען 50 נײע ארבעטער און צונעמען פ,ן דארט50 ״מוםולמענער״ און טויטע. אין דער ערשטער צײט איז קאמאנדא־פירער געװען אן ם.ם.־מאןא םאדיםט. אין דער נאכט פון 31םטן דעצעמבער1942 איז ערא שיכורער געקומען אין בלאק12א זײגער ער האט אנגעהויבן דורכפירןא קאנטראל צי די געפאנגענע האבן רײנע פים. עם איז לײכט זיד פארצושטעלן׳ װאם פארא רײנע פים מען קען האבן׳ אז מען ארבעט כמעט אן שיך׳ מיט האלץ־טרעפעם און אן זאקן (אויב מ׳האט עמעצן געכאפט מיט שמאטעם אויף די פים׳ האט מען אים אויפגעהאנגען) און דערצו איז דאך װינטער׳ בלאטיק און קאלט.

passage_8cff820d53b55d41134e4898
Passage 2normalized OCR · source chars 1307-2273

לעבן מיר איז געלעגןא ײנגל פון בעלגיע. זײנע פים זענען געװען שמוציק. דער קאמאנדע־פירער האט אים ארײנגענומען אין ״שײםראום״ (קלאזעט) און באפוילן אים זיך אװעקזעצן װאשן די פים. דערבײ האט ער אים ארײנגעשאםןא קויל אין קארק אריץ. דעם גאנצן טאג שפעטער איז ער דארט געלעגן׳ כדי מיר זאלן אים זען און װיםן׳ װאם םארא שטראף עם דערװארט אונדז פאר האבן נישט־רײנע פים. דאם עםן איז באשטאנען פוןא זעלנעריש ברו ט׳ צעטײלט אויף 4׳ שפעטער אויף 6׳ 8׳ און גאר לעצטנם— אויף12 פערזאן. דערצו האט מען געגעבןא ביםל װארעם װאםער אין דער פרי און קרויט־װאםער אויף מיטאג. זונטיק האבן מיר באקומעןא ״װיטאמין״־זופ׳ געקאכט פון םאםנע־נאדלען. דער לאגערפירער איז געשטאנען מיטא שטעקל אץ געצװונגען יעדן אײנעם אויםצוטרינקען די װיטאמין־זופ׳ אויף נײ־יאר האבן מיר באקומען2 קארטאפל אוןא שטיקל וװרשט. מען האט געשמועםט׳ אז דער װורשט איז געמאכט פון מענטשן־פלײש׳ פונקט װי די זייף. *

passage_80af805a46e54b0186e94122
Passage 3normalized OCR · source chars 2275-2687

אין װינטער האב איך געארבעט טאגשיכט. נישט װײט פון מיר האט געארבעטא ציװילער עלעקטריקער׳ פארריכט די עלעקטריע. זיצנדיק אויפן עלעקטרישן םאפ׳ איז אים אראפגעפאלןא צװענגל׳ ער האט אנגעהויבן שרײען צו מיר איך זאל אים ארויפ־ דערלאנגען דאם צװענגל. דער װאכמאן האט אויך געהערט און געהײםן מיר דערלאנגען דאם צװענגל. דער עלעקטריקער האט אראפגעלאזטא שטריק׳ איך האב זי צוגעבונח

passage_f045a80ac931ef57a3e5eed2