ספר לוקאו ו 463 צום צװענגל. דאס האט דערזען א צװײמער װאכמאן און גענומען שרײען אויף מיר פאר װאם איך רעד מיט א ״צױויליםט״. עס האט נישט געהאלפן קײן שום פארענטפע- רונג, אז איך האב נישט גערעדט, אז איך האב בלויז צוגעבונד דעם צװענגל, און דער עיקר — אז דער ערשטער װאכמאן האט דעם געהײם טאן. מען האט מיר געהײם געבן 25 שמיץ אויפן הינטן. דערבײ מוז איך אלײן צײלן די שמיץ. איך האב אפגעצײלט ביז 4, דערנאך האב איך שוין נישט געװוסט װאם עס קומט װײטער פאר. חברים האבן מיר דערצײלט, אז נאכן שמײסן האט מען מיך אװעקגעװארפן צו די מתים, װאם זענען געלעגן אין א װינקל. גראד איז אדורכגעגאנגען א פאליאק, װאם איז געקומען צו אונדז מיטן צװײטן טראנספארט פון װארשע. דאס איז געװען דער באנדיט קײטעק. בײ אונדז איז ער געװען א פארארבעטער. א בילד פון אוישװיץ דער פאליאק האט מיך אויפגעהויבן, ארײנגעלײגט צו זיך אין בעט און מיט נאמע קאלטע שמאטע§ האט ער מי ך דעדמינטערט. ער האט מיך געהאלטן בײ זיך עטלעכע טעג ביז כ׳בין בכוח געװען צו גײן צוריק צו דער ארבעט. אין א צײט ארום האב איך געכאפט פון אים א פאר פעםטע קלעפ, און אז איך האב אים געפרעגט: ״קײטעק, פריער האסטו מיך געראטעװעט און איצטער שלאגסטו״? — האט ער געענטפערט: ״דעמאלט האב איך אין דײ געזען דעם ערשטן העפטלינג פון טראנספארט, און איצטער שלאג איך, װײל דו ביסט א ײד״.
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1378
passage_c6822ac456c43bbb7939aaa9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1380-1779
די ארבעט איז געגאנגען אין ריטעם פון די אומאויפהערלעכע געשרייען: ״לאם, שנעל, פערטיק מאכן״. די שטיינער, װאם מיר האבן אריינגעװארפן אין װאגאן האבן געמוזט זײן אבסאלוט רײן. װײ איז געװען צו דעם, װאס אין זיץ װאגאן האט מען געפונען א שטיקל בלאטע. איך בין געװען א מומחה בײם האקן בלאקן שטיינער מיט א סנ־קילאדיקן האמער. איך האב דאם געטאן מיט די לעצטע כוחות. ♦
passage_a5c33d0cb407b4821b2b947b