Original scan
Original memorial-book scan 468
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-944

464 םםי• לוקאװ אין יאנואר1944 איז אגגעקומען צו אונדז אין לאגער דאקטאר שזוארץ אדער שװארצקאפ״ מעגגעלעם רעכטע האגט׳ כדי צו מאכןא גרויםע אמ גרינטלעכע -״סעלעקציע״. איך בין געװען אויםגעשעפט און רעזיגגירט. איך האב געמײנט׳ אז גאט האט זיך שוין אויף מיר מרחם געװעןו מען האט מיך באשטימט אלם ״מוםולמאן״— אין אויטא ארײן. אבער ם׳איז געקומען צו לויפן דער בלאקפירער (״וגם חרבונה זכור לטוב״)׳ אמ געזאגט דעם דאקטאר, אז מען נעמט בײ אים צו דעם בעםטן שטײנברוך־ ארבעטער׳ און דערביי וױהט ער אן אויף מיר. און דער דאקטאר האט זיך געחידושט צו װאם ער דארף דעם ״מוםולמאן״׳ האט דערויף דער בלאק־פירער געענטפעדט׳ אז בײ אים מוז איך קראפירן בײ דער ארבעט. דער דאקטאר האט אים געהײםן נעמען צוריק דעם ״מוםולמאן״. דאן האט דער בלאקפירער מיך ארױםגעשלעפט פון אויטא׳ געגעבן מיר צוױי פעטש און געשריגןו ״דו װילםט אװעק פון דאנעןז בײ מיר װעםטו נאך ארבעטן!״

passage_c5814108ecdbf97a66413992
Passage 2normalized OCR · source chars 946-2281

װען דער אויטא איז שוין געד׳אט אװעק איז דער בלאק־פירער צוגעקומען צו מײי און זיך אנגערופן אין פויליש (ער איז געװעןא פאליאק פון אויבערשלעזיע׳ זימ נאמען איז געװען האלוים). ״אלטער׳ מײנע פעטש האבן דיר וױי געטאןז איך האב דאם געמוזט טאן. װײםטו כאטש וװהין דער אויטא גײטז אין אויװן ארייז• אמ דו ביםט דאך אהערגעקומען פריער פון מיר. דו ביםט איבערגעבליבן אײנער פון די ערשטע 60 מאן׳ װאם מען האט אהערגעשיקט. האט עם מיך אנגענומען פאח הארץ. נאך דיר װאלט דאך געקומען מײן רײ״... דערבײ האט ער מיר ארײנגעשטופט אין האנטא פערטל ברויט. איך מוז צוגעבן׳ אז קימ צדיק איז דער האלוים אויך נישט געװען. ער האט אויף זימ געװיםן נישט אימ ײד. אויך אויף זונטיק׳ דעם רו־טאג׳ האט מען שטענדיק געפונען פאר אונדז ארבעט. מען האט געהײםן אויםלאדענען קוילן׳ איבערטראגן זעק מיט צעמענט. איבערטראגן די סצ־קילאדיקע זעק צעמענט האבן מיר געמוזט מיט לויפשריט. אויב עמיצער איז געפאלן אדער אראפגעלאזט דעם זאק׳ האט דאם געהײםן םאבאטאזש׳ און ער האט דערפאר באקומען שמיץ. מיט מיר זענען געװען ײדן פון פראנקרײך׳ פמ בעלגיע׳ פון האלאנד׳ פוילישע ײדן׳ ױגאםלאװישע ײח׳ ײדן פמ גריכנלאנד׳ און צום םוף— פמ אונגארן. דעם גרעםטן אויסדויער האבן פארמאגט די פוילישע ײדן׳ אפילו װען זײ זענען איצט געקומען פון אן אנדער לאנד•

passage_7ee54db9daf2faf83bcb792e
Passage 3normalized OCR · source chars 2283-2695

די האלענדישע ײדן זענען געפאלן תיכף נאך זײער קומען. פון עטלעכע הונדערט זענען געבליבן בלויז 2. אויך פון די הונדערטער יוגאםלאװישע ײדן איז געבליבן בלויז אײנער. דער פוילישער מערדער איגנאץ האט יעדער נאכט אויפגעהאנגען אײנעם םמ זײ. די ױגאםלאװישע ײדן זענען בדרך כלל געװען הויכגעװאקסעגע און םימפאטישע מענטשן. די גריכישע ײדן האבן מײםטנם געשטאמט פון םאלאניקי. פמ די האבן

passage_af90327016233cc58b4e7e1c