ספרלוקאוו465 איבערגעהאלטן מער מענטשן, װײל צװישן זײ זענען געװעןא םך פארט־ארבעטער — גוט אנטװיקלטע פיזיש. די לעצטע אונגארישע ײדן זענען אומגעקומען אויסגעשעפטע און זײ האבן געהאט א שנעלן םוף. איך האב געזען אויסגײן דעם בודאפעשטער רב ז״ל. * די אויבערשלעזישע קעלטן האבן אונדז שרעקלעך געפײניקט.א םך זענען געפאלן. אנדערע האבן זיך אלייו געװארפן אויף די עלעקטריזירטע דראטן. דעם ערשטן, װאם איך האב געזען אויספירן אזא פאדצװײפלטן אקט, איז געװעןא קצב פון פאריז. בײ אײן װאגאן מיט מיר האט געארבעטא זון פון באוװםטן פראנצויזיש־ײדישן אדװאקאט בלאך. ער איז געפרוירן געװארן מיט דער לאפאטע אין דער האנט. איך האב געזען אױםגײן פון הונגער און קעלט דעם פרעזידענט פון דיאמאנטערן־קלוב אין אנטװערפן און אויך דעם רעםטאדאטאר פון דעם קלוב. איך האב געזען שטארבן א בעלגישן אפיציר,א ײד. זײנע לעצטע װערטער זענען געװען: ״קינדער, אויב עמעצער פון אײך װעט בלײבן לעבן, זאל ער דערצײלן דער גאנצער װעלט, װאם דא איז פארגעקומען, מען זאל דאס קײן מאל נישט פארגעסן״! אין אוישװיץ
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1085
passage_f769bda51302fbcb31f1172d