46!2 םםר לוקא װ מענטשן. א ז קײן טויטע זענען נישט געװען׳ האבן זיי גענומען לעבעדיקע. אבי צו האבן די נארמע םװ25 פעחאן ו אז א צאל פון נײע ארבעטער־העפטלינגען פלעגן זיי ברענג־ גען יעדע װאד • װען מען האט אנגעהויבן בויען די בלאקהײזער — און מען האט געדארפט האבן מער צעמענט׳ האבן די דײטשן געבראכט נאד 40 פעחאן, און שפעטע ר נאד 100 פערזאן — אזוי כםדר׳ ביז די צאל ארבעטער אויף שטײנברוד האט באטראפן 400. אויסער די האבן נאד 100 פערזאן געארבעט ביי פארשידענע אנדערע ארבעטן׳ װי למשל׳ אין קיד׳ םטאלארעם׳ עלעקטריקער׳ אין דער פאקערײ און אויך דאקטוירים. װען די צאל פון די אלע באשעפטיקטע איז שוין דערגאנגען צו די 500. פלעגט מען יעדע װאד ברענגען 50 נײע ארבעטער און צונעמען פ, ן דארט 50 ״מוםולמענער״ און טויטע. אין דער ערשטער צײט איז קאמאנדא־פירער געװען א ן ם.ם.־מאן א םאדיםט. אין דער נאכט פון 31םטן דעצעמבער 1942 איז ער א שיכורער געקומען אין בלאק 12 א זײגער ער האט אנגעהויבן דורכפירן א קאנטראל צי די געפאנגענע האבן רײנע פים. ע ם איז לײכט זיך פארצושטעלן׳ װאם פאר א רײנע פים מען קען האבן׳ אז מען ארבעט כמעט א ן שיך׳ מיט האלץ־טרעפם און א ן זאק ן (אויב מ׳האט עמעצן געכאפט מיט שמאטעם אויף די פים׳ האט מען אים אויפגעהאנגען) און דערצו איז דאך װינטער׳ בלאטיק און קאלט .
לעבן מיר איז געלעגן א ײנגל פון בעלגיע. זײנע פים זענען געװען שמוציק. דער קאמאנדע־פירער האט אים ארײנגענומען אין ״שײםראום״ (קלאזעט) און באפוילן אים זיך אװעקזעצן װאשן די פים. דערבײ האט ער אים ארײנגעשאםן א קױל אין קארק אריץ. דעם גאנצן טאג שפעטער איז ער דארט געלעגן ׳ כדי מיר זאלן אים זען און װיסן ׳ װאם םאר א שטראף ע ם דערװארט אונדז פאר האבן נישט־רײנע פים. דאם עםן איז באשטאנען פון א זעלנעריש ברוט ׳ צעטײלט אויף 4 ׳ שפעטער אויף 6 ׳ 8 ׳ און גאר לעצטנס — אויף 12 פערזאן. דערצו האט מען געגעבן א ביסל װארעם װאםער אין דער פרי און קרויט־װאםער אויפ מיטאג. זונטיק האבן מיר באקומען א ״װיטאמין״־זופ ׳ געקאכט פון םאםנע־נאדלען. דער לאגערפירער איז געשטאנען מיט א שטעקלא ץ געצװונגען יעדן אײנעם אויסצוטרינקען די װיטאמין־זופ ׳ אויף נײ־יאר האבן מיר באקומען 2 קארטאפל און א שטיקל װורשט. מען האט געשמועםט׳ אז דער װורשט איז געמאכט פון מענטשן־פלײש ׳ פונקט װי די זייף. *
אין װינטער האב איך געארבעט טאגשיכט. נישט װײט פון מיר האט געארבעט א ציװילער עלעקטריקער ׳ פארריכט די עלעקטריע. זיצנדיק אויפן עלעקטרישן םאפ ׳ איז אים אראפגעפאלן א צװענגל ׳ ער האט אנגעהויבן שרײען צו מיר איך זאל אים ארויפ־ דערלאנגען דאס צװענגל. דער װאכמאן האט אויך געהערט און געהײסם מיר דערלאנגען דאם צװענגל. דער עלעקטריקער האט אראפגעלאזט א שטריק ׳ איך האב זי צוגעבונ ח