Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 469
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1085

ספֿר לוקאווװ 465 איבערגעהאלטן מער מענטשן, װײַל צװישן זײ זענען געװען אסך פארט־ארבעטער — גוט אנטװיקלטע פיזיש. די לעצטע אונגארישע ײדן זענען אומגעקומען אויסגעשעפטע און זײ האבן געהאט א שנעלן םוף. איך האב געזען אויסגײן דעם בודאפעשטערן רב ז״ל. * די אויבערשלעזישע קעלטן האבן אונדז שרעקלעך געפײניקט. אסך זענען געפאלן. אנדערע האבן זיך אלײוו געװארפן אויף די עלעקטריזירטע דראטן. דעם ערשטן, װאם איך האב געזען אויספירן אזא פאדצװײפלטן אקט, איז געװען א קצב פון פאריז. בײ אײן װאגאן מיט מיר האט געארבעט א זון פון באוװסטן פראנצויזיש־ײדישן אדװאקאט בלאך. ער איז געפרוירן געװארן מיט דער לאפאטא אין דער האנט. איך האב געזען אױסגײן פון הונגער און קעלט דעם פרעזידענטן פון דיאמאנטערן־קלוב אין אנטװערפן און אויך דעם רעםטאדאטאר פון דעם קלוב. איך האב געזען שטארבן א בעלגישן אפיציר, א ײד. זײנע לעצטע װערטער זענען געװען: ״קינדער, אויב עמעצער פון אײך װעט בלײבן לעבן, זאל ער דערצײלן דער גאנצער װעלט, װאם דא איז פארגעקומען, מען זאל דאס קײן מאל נישט פארגעסן״! אין אוישװיץ

passage_f769bda51302fbcb31f1172d