Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 471
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-281

סםר לוקאו ו 467 םוף יאר 1944 האט מען אונז אוועקגענומען פון אונד ז ד י ס.ם . און געבראכט אויף זייער ארט עטליכע װערמאכט־זעלנער. מיר האבן געמיינט, אז איצט וועט װערן א ביסל לײכטער. אבער עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז אלע פונעם //הערן־פאלק״ זענען פעיק צו זיץ מערדער.

passage_7340eb263dd27283e7327508
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 283-1458

מיר זענען געווען 500 פערזאן ווען די װערמאכט האט איבערגענומען די ממשלה. אויפן אפעל־פלאץ האט דער נײער קאמאנדא־פירער געצײלט די שקלאפן און מיט א שפאציר־גענגעלע האט ער זי באטראכט. װען ער איז צוגעקומען צו מיר און דערזען מיץ נומער / האט ער מיך אנגענומען ביי אײ קלאפעס און געפרעגט / צי דאס איז מײן נומער. איך האב געענטפערט: /,יאװאל / הער קאמאנדא־פירער״ / און באלד האב איך באקומען פץ אים דעם ערשטן פאטש. איך בין אנידערגעפאלן אויף דער ערד. איך בין דאך שוין געװען א //מוםולמאן״ נאך 30 חדשים ארבעט בײם שטײנברוך. /׳אויפ־ שטיץ״! — האב איך װידער געהערט זײ געשרײ / און נאך א מאל די זעלבע פראגע: *איז דאס דײן נומער?״ איך האב װידער באשטעטיקט / אז דאס איז מײן נומער / װידער באקומען א פאטש, װידער אומגעפאלן, און דאן: //אופשטײן / צײג מיר דײן נומער אויף דער האנט״! װען ער האט דערזען מיץ נומער אויף דער האנט, האט ער מיט א פארװונדערטער װילדקײט א געשרײ־געטאן: ״און דו לעבסט נאך? װי קומט דאס״? די חברים, װאם זענען געװען דערבײ האבן געטראכט: דער אלטער האט אזוי פיל צרות איבערגעהאלטן. איצט װעט מען אים פארטיק מאכן. אבער איך האב אויך דאם איבערגעלעבט.

passage_9d9be614455ba4495c14e776
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1460-2661

חברים פון לאגער האבן מיר א נאמען געגעבן ״ױם ף דער בעל־החלומות״ / װױיל איך בין תמיד געװען אין א גוטן קוראזש. װען מען האט מיך געפרעגט: ״אלטער׳ װאם הערט זיך?״ האב איך שטענדיק געענטפערט׳ אז מען װעט זיי איבערלעבן. דאם האט מיך דערד׳אלטן בײם לעבן׳ כאטש אפט האב איך אלץ נישט געגלײבט׳ אז איך װעל אויסהאלטן. * די רוםן האבן זיך אנגעהויבן דערנענטערן צו אונדז. דעם 18טן יאנואר 1945 האבן די מערדער באשלאסן אװעקצופירן אונדז אין די לאגערן טיפער אין דײטשלאנד. דאן האט זיך אנגעהויבן דאם טרויעריקע קאפיטל: דער טויט־מארש. מיט עטליכע טעג פריער האט מען שוין איבערגעריסן די ארבעט. עס האבן אנגעהויבן ארומגיין פארשידענע קלאנגן: אז מ׳וועט אונדז פירן גראבן אקאםעם׳ אז מען װעט אונדז שיקן אין אױוון אריין ■ די נערװן זענען געװען אנגעצויגן ביז גאר. א 17־יאריק ײנגל פון פוי א איז משוגע געװאח. ער האט גענומען אלץ האקן און בראקן. זיץ ברודער האט זיך איבערגענומען דעױפ װאמע ר איז אװעקגעפאלן. מען האט אים אװעקגענומען. דאם שלאגן איז נאך שטארקער געװארן. די מערדער זענען װילד געװארן און זיי האבן דעם בעם אויסגעלאזט צו אונדז. די לופט־אליארמען האבן די נאך מער צערײצט. וױ נאר זיי

passage_6f028b747795eb8fc33f4014