Original scan
Original memorial-book scan 472
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1335

468 םםר לוקאיו האבן דערזעןא םאװיעטישן אעראפלאן׳ זענען זײ פשוט װילד געװאח אמ גענומען שרײעןו ״נו׳ דאם זענען אײערע פליער׳ די רוםן״. און דאם זענען געװען׳ װי געזאגט װערמאבט־זעלנער׳ עלטערע מענטשן׳ דעם 18*טן יאנואר אין דער פרי האבן מיר אנגעהויבן דעם מארש. מיר זענעז געגאנגען צו10 פערזאן איןא רײ. בײ יעדע20 פערזאן האבן געשפאנט צװײ װאכלײט. די דײטשן האבן צונויפגעזאמלט אלע געפאנגענע פון אוישװיץ און פון דער אומגעגנט און די גאנצע מאםע איז געטריבן געװארן אין שנײ אמ אין קעלט. װען אײנער האט זיך אראפגעבויגן צו נעמעןא ביםל שנײ׳ האט ער גלײך באקומעןא קויל אין קאפ. אין דעם מארש זעגען געגאנגען צענדליקער טויזנטער מענטשן. דעם גאנצן װעג האבן די װאכלײט געשאםן די אפגעשטאנענע. מיר זענען דורכגעגאנגען ברעםלאו (װראצלאװ) און דארט גענעכטיקט אין דרויםן. צו מארגגס האט מען אונדז געטריבן קײן לעסלאן׳ וװ מיר האבן גענעכטיקט אין א ריזיקן פאבריקם־הויף. דארט האבן די דײטשן אויםגעשאםן הונדערטער מענטשן און די איבעריקע— ארײנגעשטופט אין אפענע װאגאנען ביז150 מאן איןא װאגאן. א טײל האט מען אװעקגעפירט קײן בוכענװאלד׳ אנדערע— קיץ אריאנענבורג. װען מיר זענען אנגעקומען קײן אריאנענבורג׳ זענען אין יעדן װאגאן געװען דערשטיקטע און דערפרוירענע. אפילו דײטשע סאלדאטן זענען געװען צװישן די געםרוירענע.

passage_13b852c93420669117dcdbd7
Passage 2normalized OCR · source chars 1337-2695

אין אריאנענבורג איז װידער פארגעקומעןא םעלעקציע. מען האט אויםגעקליבן די מוםולמענער אוןא רײ פון זײ געמאכט אײגשפריצונגען— כדי עם זאל װאם װײניקער בלײבן פון אונדז. אין עטלעכע טעג ארום האט מען אונדז איבערגעפירט קײן פלאםענבורג. אין פלאםענבורגער לאגער האבן געהערשט די אוקראינער און ליטװינער צוזאמען מיט דער דײטשער ס.ם. די אלע האבן קאנקורירט צװישן זיך אין דער מלאכה פון הרגענען ײדן. קודם־כל האט מען אוגדז ארײנגעפירט אין פיר אפפגעצוימטע באראקן אמ דורכגע־ פירט איבער אונתא ״קאראנטין״. זײ האבן דארט אױםגעהרגעט מאםן מענטשן. די קלאזעטן זענען געװען פול מיט טויטע. אויפן דריטן טאג האט מען אוגח געטריבן אין באד ארימ. דארט האט מען אונדז געהאלטןא גאנצע נאכט און וױיניק פון אונדז זענען צו מארגנם ארוים פון דארט לעבעדיקע• נאך דער ״באד״ האבן מיר באקומען נײע נומעח׳ געמאלטע אויף ליװונט. דאן האט מען אונח צעשיקט אין די בלאקן׳ איך בין ארימ אין בלאק 3. דער בלאקעלטעםטער איז געװען אן אדװאקאט פון בערלין און אין לאגער האט מען אים גענומען פאר פאליטישע חטאים. אבער דאם האט אים נישש געשטערט צו באוױחן׳ אז ער איזא חיטש אמא מערדער. םוף פעברואר איז אין לאגער געקומען אדאלף אײכמאן. אין יענעם טאג האב איך בעתן אפעל באקומעןא זעץ מיטא שטעקן איבערן קאפ. איך האב פארלוירן דאם לשמ אין משך פון4 טעג.

passage_c9201a407e39b45ba21f08e3