םםר לוקזווו 469 מיט נאך400 פעתאן האט מען מיך איבערגעפירט קײז רעגענסבורג״ וװ מיר האבן געארבעט ביים אפרײניקן די באן־ליניע נאך די באמבארדיתנגען. אויך דא האבן מיר געארבעט אונטער קלעפ. װען מיר פלעגן גײן צו דער ארבעט אדער פון דער ארבעט האבן די ארטיקע דײטשן אונדז באגלײט מיט שנאה־בליקן און מיט חידוש־אויסגעשרײעןו ״די יודען לעבן נאך״? די קינדער האבן אונדז באװארפן מיט שטײנעד. און עס איז דאך שוין געװען נאענט זײער סוף. אפילו װען די בריקן זענען שוין געװען מינירט און די מאכט האט איבערגענומעןא פאלקס־פאליצײ, װאס איז באשטאנען פון עלטערע מענטשן, האבן אט די פאליציאנטן אונדז נאך אלץ געשטופט מיט די ביקסן־קאלבעס און אפילו געקאפעט מיט די פיס. דעם 26סטן אפריל האט מען אלעמען ארויסגעפירט אין מיטן נאכט. אויפן װעג האבן זײ געעפנטא שיסערײ אין דער מאסע אריץ. איך בין געםאלן אמ זיך אויפגעכאפט אין רעגענסבורגער שפיטאל.א פראנצויזישער דאקטאר האט מיך געפרעגט1 ״האלא, פאפא, װי פילסטו זיך״? ״וװ בין איך״? האב איך געפרעגט, ״דו ביסט בײ אונדז, פראנצויזן, און אויף דער פרײ״• דעם זעלבן טאג נאך האט מען מיך אפגעפירט אין אן אמבולאנס קײן באמבערג. מען האט מיך ארײנגעלײגט איןא מיליטערישן סאניטאר־װאגאן, װאס גײט דירעקט קײן פאריז.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1270
passage_f9cf6d9f4fe39baaebd8a8e8
Passage 2normalized OCR · source chars 1272-1700
אין בולע נעבן מעץ האב איך געמחט אויםשטײגן און אװעק אין שפיטאל אריץ אויף3 װאכן. אין םאניטאר־װאגאן האב איך באקומעןא בלוטשטורץ םון מאגן. ערשט װען איך האב באקומען די פרײדריט, האבן זיך אפגערופן אלע צרות. צוריקקומענדיק קיץ פאריז האב איך װידער געמוזט אװעקגײן אין שפיטאל, און דאם מאל— אויף גאנצע4 חדשים. נאך דעם אלעם האב איך זיך געםילט, װי איך װאלט אויפגעשטאנען תחית המתים.
passage_88bbdeda0c56ecd73ac7d4dd