Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 472
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1335

468 םםר לוקאי ו האבן דערזען א סאװיעטישן אעראפלאן ׳ זענען זײ פשוט װילד געװארן אױף גענומען שרײעןו ״נו ׳ דאם זענען אײערע פליער ׳ די רוםן״ . און דאס זענען געװען ׳ װי געזאגט װערמאבט־זעלנער׳ עלטערע מענטשן ׳ דעם 18*טן יאנואר אין דער פרי האבן מיר אנגעהויבן דעם מארש . מיר זענעז געגאנגען צו 10 פערזאן אין א רײ . בײ יעדע 20 פערזאן האבן געשפאנט צװײ װאכלײט . די דײטשן האבן צונויפגעזאמלט אלע געפאנגענע פון אוישװיץ און פון דער אומגעגנט און די גאנצע מאסע איז געטריבן געװארן אין שנײ און אין קעלט . װען איינער האט זיך אראפגעבויגן צו נעמען א ביסל שנײ ׳ האט ער גלײך באקומען א קױל אין קאפ . אין דעם מארש זענען געגאנגען צענדליקער טויזנטער מענטשן . דעם גאנצן װעג האבן די װאכלײט געשאםן די אפגעשטאנענע . מיר זענען דורכגעגאנגען ברעםלאו (װראצלאװ) און דארט גענעכטיקט אין דרויסן . צו מארגגס האט מען אונז געטריבן קײן לעסלאן ׳ ווו מיר האבן גענעכטיקט אין א ריזיקן פאבריקם־הויף . דארט האבן די דײטשן אויסגעשאםן הונדערטער מענטשן און די איבעריקע — ארײנגעשטופֿט אין אפענע װאגאנען ביז 150 מאן אין א װאגאן . א טייל האט מען אוועקגעפירט קײן בוכענװאלד ׳ אנדערע — קיץ אריאנענבורג . װען מיר זענען אנגעקומען קײן אריאנענבורג ׳ זענען אין יעדן װאגאן געװען דערשטיקטע און דערפרוירענע . אפילו דײטשע סאלדאטן זענען געװען צװישן די געםרוירענע.

passage_13b852c93420669117dcdbd7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1337-2695

אין אריאנענבורג איז ווידער פארגעקומען א סעלעקציע. מען האט אויסגעקליבן די מוסולמענער און א ריי פון זיי געמאכט אײגשפריצונגען — כדי עס זאל װאם װײניקער בלייבן פון אונדז. אין עטליכע טעג ארום האט מען אונז איבערגעפירט קײן פלאמענבורג. אין פלאמענבורגער לאגער האבן געהערשט די אוקראינער און ליטװינער צוזאמען מיט דער דײטשער ס.ם. די אלע האבן קאנקורירט צװישן זיך אין דער מלאכה פון הרגענען ײדן. קודם־כל האט מען אונז ארײנגעפירט אין פיר אפגעצוימטע באראקן אמ דורכגע־ פירט איבער אונז א ״קאראנטין״. זיי האבן דארט אױםגעהרגעט מאםן מענטשן. די קלאזעטן זענען געװען פול מיט טויטע. אויפן דריטן טאג האט מען אונז געטריבן אין באד ארים. דארט האט מען אונז געהאלטן א גאנצע נאכט און װײניק פון אונז זענען צו מארגן ארויס פון דארט לעבעדיקע• נאך דער ״באד״ האבן מיר באקומען נײע נומער׳ געמאלטע אויף ליװונט. דאן האט מען אונז צעשיקט אין די בלאקן׳ איך בין ארים אין בלאק 3. דער בלאקעלטעמטער איז געװען אן אדװאקאטן פון בערלין און אין לאגער האט מען אים גענומען פאר פאליטישע חטאים. אבער דאם האט אים נישט געשטערט צו באװײזן׳ אז ער איז א חיטש אמא מערדער. סוף פעברואר איז אין לאגער געקומען אדאלף אײכמאן. אין יענעם טאג האב איך בעתן אפעל באקומען א זעץ מיט א שטעקן איבערן קאפ. איך האב פארלוירן דאם לשם אין משך פון 4 טעג.

passage_c9201a407e39b45ba21f08e3