Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 477
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1148

סםר לוקאוו 473 װער האבן מיר אים געצװועען צו װימן אונדז דאס ארט׳ װו אונחער ״אוזנר״ איז געװען באהאלטן. ער האט אונדז אװעקגעפירט אויפן געהעריקן פלאץ אמ מיר האבן אנגעהויבן גראבן און זוכן דאס געװער. מיר האבן געגראבן אין מיטן העלן טאג און נישט געקוקט אויף דער סכנה׳ װאס האט אונדז געדראט.. אבער מיר האבן גארנישט געפונען. דער גוי האט געבעטן׳ אז מ׳זאל אים שענקען דאס לעבןן ער װייסט באמת נישט װאס דא איז געשען׳ פאר װאס דאס געװער איז נישטא. מיר זענען אװעק טרויע־ ריקע אמ דערשלאגענע. מיר האבן נישט געהאט מיט װאס אנצוד׳ײבן אונדזעד טעטיקײט. אױף צוריקװעגס האבן מיר װידער אפגעטרעטן בײ זשימאװסקין און אים געבעטן׳ אז ער זאל פאר יעדן פרימ אונח שאפן געװער. שוין איןא פאר טעג ארום האט ער אונדז פארקויפט2 ביקסן. עס איז גארנישט צו באשרײבן אונדזעד פרײד אין יענעם מאמענט׳ װען מיר האבן באקומען דאס ערשטע געװער׳ די ערשטע מעגלעכקײט נקמה צו נעמען אין די מערדער פון אונדזערע נאענטסטע. אין משך פוןא קורצער צײט זענען מיר גרײט געװען צו גיץ איןח קא׳צקער װעלדער און פארבינח זיך דאדט מיט א גרעסערן פארטיזאנישן כוח.

passage_81a4da88fea9eb36b104f6f6
Passage 2normalized OCR · source chars 1150-2429

װיא ײנגערער׳ האב איך געמוזט בלײבן מיט די פרויען פמ מימ משפחה און פארזארגן זײ מיט עסן. מימ ברודער הערשל איז אװעק מיט די אנדערע לוקאװעד׳ װאס זענען איבערגעבליבן נאך דער אקציע׳ און צו יענער צײט האבן זײ זיך געפונען אין דער געגנט צוזאמען מיט די קאצקער. מיטן געװער װאס זײ האבן פארמאגט איז זײ געלונגען׳ אין קאמפן מיט פוילישע פאליציאנטן׳ איןא גרויסער מאס צו פארגרעםעח זײער געװער. װען זײ זענען אנגעקומען אין װאלד דאבן די געפרװוט זיך פארבינדן מיט פוילישע פארטיזאנער. אבער דערבײ האבן זײ געליטן גרויסע פארלוסטן. עס זענען דאן עפאלן יחיאל אײנשטאק׳ אהרון ערליך און נאךא סך אנדערע׳ פון קאצק. די לוקא־ װעד חברים האבן פארלאזט די קאצקער און צוריקגעקומען אין אונדזער געגנט. די שטימונג בײ אונח איז נישט געװען קימ געהויבענע. מיר האבן געלײגט אונדזער לעצטע האפענונג אויף זײער װעג אין די קאצקער װעלדער. מיר האבן גע• גלײבט׳ אז זײ װעלן צוגרײטן פאר אונדזא פלאץ בײא גרויסער פארטיזאנער־מחנה. דאס באהאלטן זיך אויפן דארף איז פון טאג צו טאג געװארן שװערער. אין די צוזאגן׳ אז גאר אין גיכן װעטױ מלחמה זיך ענדיקן׳ האבן די פויעדים נישט געגלײבט. די פאליאקן׳ װאס האבן באהאלטן ײדן זענען געװען באדראט מיט דער ליקוױדאציע םמ זײערע דערפער.

passage_1792a2cf72023eb6f182ce82
Passage 3normalized OCR · source chars 2431-2877

אויך די סאניטאר־היגיענישע באדינגונגען בײ אונדז זענען געװען אומדערטרעג־ לעכע. עס איז איצט שװער זיך פארצושטעלן װי אזוי מען האט דאס געקענט איבער־ האלטן. די מלבושים אויף אונח האבן געפוילט אמ זײ זענען זיך צעפאלן• מיר האבן אויסגעזען װי װילדע מענטשן. אין דער צײט װען מיר זענען געזעסן אין באהעלטעניש זענען צו אונדז געקומען 2 לוקאװער בחורים מיט געװעד. משה װישניע און ױסף אריה שמיעטאנקע. װען זײ

passage_4ca6a42a8e37863e6512dbac