םסר לוקא װ 475 בידערמאן׳ כדי זיך צו באראטן וואס צו טאן • מיר האבן דאן פארמאגט 8 ביקסן, צו יעדער ביקם — 13—15 קוילן׳ 3 רעװאאועח און 1 גראנאט. בעת מיר זענען געזעסן ביים אװנטברויט און ארומגערעדט די געשאפענע לאגע׳ האט פאצלונג דער הונט אנגעהויבן שטארק צו בילן. אין די פענצטער איז ליכטיק געװאח פון די אנגעצילטע טאשן־לעמפלעך. בראנקעװיטש האט תיכף פארשטאנען׳ אז מיר זענען ארומגערינגלט פון ״אקאװצעס״׳ די פוילישע פארטיזאנער׳ װאס האבן געמארדעט ײח. בראנקעוויטש איז ארויס פון שטוב נישט זאגנדיק קיץ ווארט. באלד האט זיך דערהערט א שיםערײ.
מיר זענען אױויל געװאכצעטומלט. מיר האבן פארשטאנען, אז די א.ק.־באנדיטן מײנען נאו־אונדז, אבער אונדז איז געבליבן װײניק צײט אױף צו באראטן זיך. עטליכע פון אונדז האבן געהאלטן, אז מען זאל זיך פארשטעקן אין בונקער. אנדערע האבן פאר־ געלײגט, אז מיר זאלן ארוים אין קאמף קעגן די באנדיטן, הגם אונזער כוח איז א קלײנער לגבי דעם שונאם קראפט — סײ אין מענטשן, םײ אין געװער. װי ם׳האט זיך שפעטע רארויםגעװיזן, איז זײער כוח באשטאנען פון א 50 פערזאן, באװאפנטע מיט ביקםן, מאשינגעװער און גראנאטן, מיט א ן אומבאגרענעצטער צאל אמוניציע. אחוץ דעם זענען זײ געװען אויסגעשולט, און זאטער פון אונדז זענען זײ אויך געװען • אבער אונדזער כעם צו די פאליאקן, װאם העלפן די היטלעריסטן בײם אויסמארדן אונדז, איז געװען אזוי גרויס, אז מיר האבן באשלאסן ארויסצוגײן אין דעם אומגלײכן קאמף, כדי אפצוהיטן די ײדישע װערדע און נישט איבערגעבן זיך אין דיערע הענט, און זײ זאלן פון אונדז אפחוזקן, װי די דײטשן האבן זײ געלערנט.
מיר זענען ארײן אין שטאל. די מענטשן, װאס האבן געהאט ביקסן, האבן זיך געשטעלט אין טיר, װעלכע פירט פון שטאל אין דרויסן. מיט א געשרײ ״אויפ לעב ן א מתויט!״ האט מען אויפגעפראלט די טיר און געעפנט א פײער פון די ביקםן. די שיםערײ איז געװען א העפטיקע. קוילן זענען געפלויגן פון אלע זײטן. עס איז געװארן ליכטיק װי בײ טאג. די פוילישע מערדער זענען געװען שרעקלעך איבערראשט. עס האבן זיך געהערט געשרײען, אז ײדן שיסן. דאס איז געװען דער ערשטער פאל אין דער געגנט, או זײ זאלן זיך אנשטויסן אויף א ײדישן װידערשטאנד. לכתחילה האבן זײ אונדז געװאלט נעמען מיט כוח, אבער זײ האבן שנעל דערפילט אונדזער דרײםטקײט און גבורה. די שיםערײ האט געדויערט א לענגערע צײט, ביז זײ האבן אנגעהויבן צו אנטלויפן אין בהלה. װי נאר מיר האבן דאס באמערקט, האבן מיר זײ אנגעהויבן נאכצויאגן. זײ האבן געצויגן אין װאלד ארײן. מיר האבן זײ געיאגט מיט אזא אימפעט, אז מיר האבן נישט געטראכט װעגן דער צװעקלאזיקײט צו אטאקירן זײ אין װאלד בײ נאכט, אמיט אזא צאל קוילן, לםוף האבן מיר זיך צוריקגעצויגן, כדי צו באשיצן דאס הויז פונעם פויער, אז די באנדיטן זאלן עס נישט אונטערצינדן. די א.ק.־לײט האבן איבערגעלאזט אויפן שלאכטפעלד 4 געהרגעטע, פ מ אונד ז אי ז
בלויז װידל װאלאנד פארװנדעט געװארן אין א פוס. די שמחה בײ אונדז איז געװען גאר גרויס׳ און באזונדערם — ביי מיר׳ מחמת פון די דערהרגעטע האבן מיר אראפ־