םסר לוקאו ו 483 װאקישע גולים. פון די מענערישע ארבעטס־קאמפלעטן האט מען איבערגעלאזן בלױז 10 פראצענט. 4 א זײגער נ.מ. איז שוין געװען סוף חורבן. די צאל קרבנות פונעם ערשטן טאג האט באטראפן ססס. 5 נפשות. אלע זענען אפגעפארן קײן טרעבלינקע. דעם פאקט האבן פעסטגעשטעלט א רײ יונגעלײט און פרויען װאס זענען געשפדונגע ן פון די װאגא־ נען. דאנערשטיק׳ דעם 8טן אקטאבער, האבן די דײטשן, דורך דער פארמיטלונג פונעם ױדענראט, מודיע געװען דער איבערגעבליבענער באפעלקערונג — װער נאך אין די באדעלטענישן און װער אויף דער פרײ — אז אלעס זאלן זיך מעלדן אינעם יודענראט, װו זײ װעלן באקומען א ן ארבעטס־צוטײל אויף די עקזיסטירנדיקע פלאצװוקעס. ס׳האבן זיך געשטעלט א ססס. 2 מענער און פרויען. נאך מיטאג איז דער זאמלפלאץ געװארן ארומגערינגלט דורך דײטשן און אוקראלנער און אלע ײדן האט מען אנגעלאד ן אין װאגאנעו א ם אפגעפירט װידער קײן טרעבלינקע. דעם טאג איז אויך פארנומען געװארן די יאריקע פינקעלשטיץ, וועלכער
ס׳איז געלועען ארויסצושפריעען פונעם לויפנדיקן צו גיין מיטן דער נאכט... לחלוטין נישט צוגעוװינט צו דער פינצטערניש, אין גאנצן פרעמד דעם געביט, איז זי געגאנגן וװ די אויגן האבן זי געטראגן. אין דער טיפער פינצטערגיש איז זי געגאנגן דורך לאנ־ קעס, פעלדער, װעלדלעך, טאפטשענדיק אין דער בלאטע אן א ציל. די אנגעשםיצטע נערװן האבן זי געטראגן. אנקומענדיק אין ערשטן דארף האט זי זיך אנגעגעבען אלס קריסטלעך מײדל, װאס איז אנטלאפן פון די דײטשע כאפערס צו די ארבעטן אין פרײסן. נאר א דאנק איר גוטן ארישן אויסזען איז איר געלונגען נישט צו דערײעקן קײן שום חשדים. אויפצו מארגנס האט זי איינעם א פויער אפגעפירט אויף א פור צוריק קײן לוקאדו, נישט װיסנדיק אפילו, אז ער האט געראטעװעט א ײדישקע. נאך דער צוױיטער ״אקציע״ זענען נאך פארגעקומען 6 ״אקציעם״. שטענדיק דעם זעלבע־. מיט אפנארערײ און ריקזיכטלאזיקײט, אכזרױת און רציחה האט מען געשיקט ײדן אויף אומקום. נישט דער איכות, נאר דער כמות האט געהאט א באדײטונג. די מערדער איז געװען פולשטענדיק גלײכגילטיק װער ס׳זענען די קרבנות — כאטש אלם געזעץ איז אנגעגאנען דעם אומברענגען פם פרויען, קינדער און אלטע לײט.
שבת, דעם 8טן נאװעמבער 1942, האט מען מיך צוזאמען מיט נאך הונדערטער ײדישע ארבעטער פארנומען פון דער װאסערלײטונג. דער אקט איז פארגעקומען 4 א זײגער פארטאג — ם׳זאל קיינעם נישט אײנפאלן קײם מחשבה װעגן אנטלויפן. מען האט אונדז פארלאדן אין װאגאנען. ריכטונג — טרעבלינקע. די ױנגעלײט פון אונזער װאגאן האבן אויפגעריסן די טיר און אײנציקװײז געשפרונגען. הגם מען דערצײלט פיל װעגן שפרינגען פון װאגאנען, װײםט מען אבער זײער װײניק װעגן דער טויט־םכנ ה א ם טויזנטערלײ שװעריקײטן בײם שפרינגען. הינטער די הונדערטער גליקלעכע, װעמען ס׳איז געלונגען צו שפרינגען אמ נישט װערן פאדדװנדעט, שטײען הונדערטער צעניזוקטע, דערהרגעטע מיט צעשפאלטענע שארבנם, מיט צעבראכענע הענט און פים — פאר װעלכע ם׳איז שוין נישט געװען קי ם