Original scan
Original memorial-book scan 486
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-441

482 םפר לוקןזװ צוםריח םוגעם מצב און אז קיין שום שלעכטם װעט די יידן נישט געשעו• יעח םאג אין די םרימארגן־שעהען׳ פלעגט ממש קינד און קײט פארלאזן דעם געטא און נאד דער ארבעט צוריקקומען אין די ענגע מייעח פון זײער תחום•א שקלאפן־לעבן פון אן אומבאהאלפענע. שוצלאזע מאסע• אין דער געבײדע םונעם ױדענראט האט מען געװאכט טאג אמ נאכט. אזוי װי פון אן אבםערװאציע־טורעם האט מען אויםגעקוקט דעם שונא.

passage_725d53be88e877357b7a022a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 443-1945

שבת, דעם 3 אקטאבער 1942 אין די פארנאכט־שעהען האט זיך פארשפרײט איבער דער שטאט א קלאנג, אז אויפן באן שטייען צוגעגרײט אן ערך 60 משא־װאגאנען • באלד האט זיך די ידיעה באשטעטיקט און ארויסגערופן א גרויסע בהלה. מען האט זיך געטרײסט, אז זונטיק װעט קײן אקציע נישט פארקומען און ביז מאנטיק װעט מען אםשר װידער אפחקן די שרעקלעכע םכנה. די טויט־שרעק איז אלעמען ארײן אין די הערצער. אין דער גיד האבן ײח זיך געבויט באהעלטענישן. יעדער האט זיך אפגעגעבן א דין וחשבמ, אז די אײנציקע רעטונג פאר דעם אומברחמנותױקן רוצח איז זיך באגראבן טיף אין דער ערד — און זיץ דארט פארשטעקט אזוזי לאנג ביז דער טויטג־ דיקער שטורעם װעט פארגיץ. װעגן אנטלויפן אין די ארומיקע דערפער איז, פראקטיש גערעדט, נישט געװען װאם צו טראכטן. פון אײן זײט — די דראקאנישע פארשריפטן, װאם האבן געדראט מיט טויט די אלע פאליאקן׳ װאם װעלן אויסבאהאלטן ביי זיך ײדן, און פון דער צװײטער זײט — אויב נישט שנאה, איז לכ ל הפחות װידערװילן צום אומגליק פון די ײח. די ײדישע באפעלקערונג האט נאך פריש געהאט אין זכרון א געװיסן פאל פון םאר עטליכע װאכן ־ אין אײנעם א טאג זענען געקומען פאליאקן אין ײדישן וװין־קװארטל מיט דער כונה צו ראבעװען. װען נישט די אינטעחוענץ פון די דײטשן, װאלט געקומען צו א פאגראם. א פאר צענדליק פאליאקן האט מען אין שײכות דערמיט געשיקט אין שטראף־לאגער אין מיידאנעק ביי לובלין. די דייטשן האבן נישט געוואלט קיינעם איבערגעבן די פרױוילעגיע פון רויבן ײדיש האבע און גוטס.

passage_b0b082111a6ce37cf35c52e6
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1947-2971

אבער ערשט דער מאנטיק פון צטן אקטאבער האט אויפגעוויזן באשיימפעדלעך, אז אלע יידן געפינען זיך אין א קלעם. דאם געטא איז געװאח געדיכט ארומגעשטעלט מיט פאסטן פון זשאנדארמעריע׳ שופא׳ אוקראינער׳ ס.ד. און פוילישע פאליציי. אג ב דארף באמערקט װערן, אז די פארניכטונגם־גרופע איז שוין געווען אין שטאט פון זונטיק נאכמיטאג. בדרך כלל האט זיך די יידישע פאליציי נישט באטייליקט אין דער אקציע. די אחמרינגלענדיקע דײטשן זענען אלע געװען באװאפנט ביז די צײן. א טייל פון זײ האט געהאט האנט־גראנאטן. װי געזאגט, האבן א ם ך זיך פארשטעקט, ווו נאר א שפארונע. חײנגערע מענער און פרויען, װאס זענען געווען באשעפטיקט אויף ארבעטם־פלעצער אויסערן געטא, זענען׳ הגם מיט א שװער געמיט, געגאנגען צו דער ארבעט. די װאכן האבן זײ נישט אדורכגעלאזט זאמלענדיק זײ אויף א פלאץ נישט װײט פון דער באן. פון 10 אזייגער אין דער פח האט זיך אנגעהויבן די סעלעקציע. פרויען, קינדער אמ זקנים זענען אלע געגאנגען אויף טויט. דאם זעלבע לאזט זיך זאגן װעגן די םלא׳

passage_c29529b408b7ace639c4d18b