Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 492
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1318

488 םםר לוקןו װ זיך. איז די ביבליאטעק־צימער ווערט געפירט א פארצװײגטע קולטור־ארבעט. עם װערן אײנגעארדנט פארלעזונגען פון שרײבער און דיכטער, װעלכע קומען םפעציעל צו פארן םװ גרױסע שטעט אין פוילן. אין יאר 1904 איז שוין טעטיק אין שטעטל א לעגאלע ארגאניזאציע פװ די ״חובבי־ צױן״ און אויך א בונדישע באװעגונג, װעלכע ארגאניזירט די ערשטע שטרייקן. אין ערשטן בונדישן קאמיטעט זענען ארײן • . ױםף ניםנבוים, שמואלקע גאלדבערג, ירחמיאל לאנדסבערג׳ משה הובערמאן, רײזל און גיטל לאטערמאן, אברהמטשע סקורקע, ישראל גאלדגעװיכט, הערשל טאקאר און די ברידער אביגדור און מגחם אלבאםטער. די גע־ זעלשאפטלעכע ארבעט אין לוקאװ צעװאקסט זיך, די ארבעטער געװינען א 10־שעהדיקן ארבעטם־טאג און א העכעם לױן. אין דער װינונגע פון ירחמיאל לאנדסכערסג איז גע־ שאפן געװאח די ערשטע ארבעטער־ביבליאטעק. נאכן מאניפעסט אין יאר 1905 קומט פאר די ערשטע דעמאנםטראציע מיט א רויטער פאן איבער די גאסן פװ לוקאװ. דאן װערט אויך ארגאניזירט א ײדישע זעלכשח• זי פאחאגט די צעװילדעװעטע רוסישע זעלנער, װעלכע האבן געװאלט מאכן א פאגראם פארן אװעקגי־ץ אויפן פראנט. אין שטעטל קומען צו פאר ײדישע ארטיסטן־טרופעס פון װארשע און זיי גיבן פארשטעלוגגען, אין דער זעלבער צײט װערט געשאפן דער ערשטע דראמאטישער קדיױ אונטער דער אנפירונג םװ לײבֿל קראמאזש.

passage_1364588210975d541856ad46
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1320-2474

בעת דער דײטישער אקופאציע אין דער ערשטע ר װעלט־מלחמה, זענען אין לוקא װ לעגאליזירט געװארן פאלגנדיקע אינסטיטוציעס: דער ״ײדישער קולטור־פאראײן״ (שפעטער ײדישע פאלקס־ביבליאטעק) אנגעפירט פון די ברידער איטשע און חײם מאיר הײבלום, אהרן שפילפידל, משה צוקערמאן, גאדל ליכטנשטיװ, בערל גאםטמאן, שמואל מיגדאל, חײם לײב יונגהויער, עלי קאםטראזשעװיטש א״א. די ײדישע ארבעטער קולטור־ געזעלשאפט ״אנטװיקלונג״ מיט א גרויסער ביבליאטעק פון יידישע ביכער, אנגע־ פירט דורך די ארבעטער־טוער מאטל בראנזויל, משה הובערמאן, משה ארטמאן, שלמה רובינשטײן׳ ירחמיאל לאנדםבערג, די ברידער משה און ברוך פערקאל, שמואל םעמיאטיצקי, פתחיה שנײסער, עלי זילבערשטײן, בנימין שילדקרויט, די שװעסטער לאה, רבקה אװהינדע שפירא, חגי דאנילאק, חיה שערמאן, שלמה זאקאליק און יהושע װעלװל צוקערמאן• עם זענען אנטשטאנען פראפעסיאנעלע פאראײנען פון לעדער־, נאדל־ און טראנס־ פארט־ארבעטער אװא קאנסום־קאאפעראטױו אנגעפירט דורך בן צױן םקורקע, מרדכי טשעמני, יעקב גרינבוים א״א. עס איז אויך געגרינדעט געװארן א ײדישע פאלקסשול. אין יענער צײט קריסטאליזירן זיך אויך פארשידענע ריכטונגען אויף דער ײדישער גאס,

passage_e3b096f85f075e9c8173bc49
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2476-2786

פװ רעכט סבי זליגקם. אין ײדישן לעבן װערט ארײנגעבראכט א פילפארביקײט. דער ״בונד״ שפפאלט זיך און ע ם אנטשטײט דער ״קאמבונד״, אנגעפירט פװ שלמ ה זאקאליק, משה הובערמאן, יהוש ע װעלװ ל צוקערמאן, מאי ר פורמא ן א״א. ע ם אנטשטײען אוי ך ארגא־ ניזאציעס פװ פועלי־צי װ רעכטע, פועלי־צי װ לינקע אאז״װ.

passage_63a4c07906cb5fbb5774a584