Original scan
Original memorial-book scan 493
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1302

םםר לוקאו ו 489 אין אומאפהענגיק ן פוילן, װען די לינקע ארבעטער־באװעגונג װערט פןןריאגט אין אונטערערד, װערט דער קאמוניםטישער ארבעטער־טוער שעפםל קאםטראזשע־ װיטש דערמארדערט אין דע ר תפיםה אין לוקאװ. און אין 1920 יאר נאך די גרויסע ארעםטן, װערט אויך דערמארדערט אין תפיםה אין לובלין דער בונדישער טוער מאטל בראנזױל. שפעטער װערט די פראפעםיאנעלע באװעגונג לעגאליזירט. עם אנטשטײט ן ן גרוים ײדישע ביבליאטעק און עם װאקסט די קולטור־ארבעט צװישן די ײדישע מאסן. עם אנטשטײט אויך א האנטװערקער־פאראיץ, װעלכער האט אפילו אײגענע ראטמענער אין לוקאװער שטאט־ראט. געזעלשאפטלעך אקטױו זענען געװען די האנט־ װערקער־טוער! מאטע ם מאנדלבוים, מש ה עםטרײך, לעמבערג, מאנשפײער, שלינאק א״א. די ײדישע ראטמענער אין אקאװער שטאט־ראט — דער קאמוניםט שלמה זאקא־ ליק, די בונדיםטקע חנה דאנילאק, דער פועלי־צױניםט יענקל ליכטנשטײן און דער האנטװערקער מאטע ם מאנדלבוים — זענען געװען א באדײטנדער כוח, מיט װעלכע די מאכט־ארגאנען אין שטעטל האבן זיך געמוזט רעכענען. אין לוקאװ גייט אויך ארויס א װאכנצײטונג א. נ. ״דאם לוקאװער װארט״, װעלכע פארנעמט א װיכטיק ארט אין ײדישן געזעלשאפטלעכן לעבן פון שטעטל. צו די מיטארבעטער פון דער צײטונג האבן געהערט: לײבֿל גליקםבערג, בוטשע םינקל־ שטיץ, נח זשעלאזא, משה עלי געװערצמאן א״א.

passage_520e2cefc7978a896ddadfa9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1304-2593

פאר אונדזערע צייטן איז דאם שטעטל נאך מער אויסגעוואקסן. צווישן די טויזנטער ײדן האט געשפרודלט א געזונטער מענטשלעכער לעבן. עס זענען געוואקסן דורות און געגרייט זיך צו א פראדוקטױו נוצלעכער לעבן. ביז עס איז אנגעקומען די היטלער־תקופה און אלץ פארניכטעט. אין חודש סעפטעמבער 1939 יאר איז געקומען דער ערשטער קלאפ. די היטלע־ריסטן האבן באווארפן דאס שטעטל מיט באמבעס — אויף די גאסן בלייבן ליגן פיל מענטשלעכע קרבנות. מיט 10 טעג שפעטער קומען אריין די דייטשן, צינ ת אונטער א סך הייזער און דערמארדן 42 ײדן, צווישן די אויך מיץ פאטאר מרדכי מענדל זשע־לאזא, צוויי טויזנט ײדן וועח פאריאגט קיץ װענגראװ או ן אויף א פלאץ אונטערן פרייען הימל ווערן זיי געהאלטן אין די רעגנדיקע הארבסטיקע טעג אן עסן און טרינקען. פאר אריעדערלאנגן עסן דורך די שטעכל־דדאטן איז דערשאםן געווארן דער לוקאװער ײד װעלװל פעלצמאן. ווען די רויטע ארמײ דערנענטערט זיך אין 1939 יאר צו לוקאװ ווערן אלע ײדן פון װענגראװער לאגער באפחיט. די ײדישע באפעלקערונג לעבט ווידער אויף אץ נעמט זיך צוריק צו דער טאג־טעגלעכער ארבעט. אבער די פרײד דויערט נישט לאנג. די רויטע ארמײ ציט זיך צוריק ביז טײך בוג אץ פארלאזט אזוי ארום לוקאװ. א באדײטנדיקער טײל אקאװער ײדן פארט אריבער דעם בוג און ארדנט זיך אץ אין מינסק.

passage_3b9ccd3504d26eb57721afdf