Original scan
Original memorial-book scan 498
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-841

494 םסר לוקןןװ אוים טויזנטער. דערצו טרעפט אונדז די נישט פריילעכע ידיעד״ אז דער רוסישעױ אונטערערדישער קאמיטעט איז דורכגעפאלן און די בעםטע חברים זענען ארעסטירט• מיר בלײבן הילפלאז. מיר גײען ארום װי צעמישט. אונדז געלונגט זיך אויםצובאהאלטן. מיר קריגן אנדערע פעםער. אבער װאם טוט מען וױיטער ?.... די צײט איז קורץ, מיר שיקן צװײ חברטעם אין חסישן ראיאן׳ אפשר װעלן זײ דארט װעמען טרעפן. אבער אן דערםאלג. אויף דער עצה פון ח׳ םמאליאר, שיקן מיר שליחים אין װאלד צו געפינען װעלכן עם איז אטריאד און זיך מיט זײ פארבינח. אבער װידער אן דערפאלג. פארטיזאנער איז שװער צו טרעםן. זײ געפינען זיך נישט שטענדיק אין אײן װאלד. מיר האבן אבער אונדזער האפענונג און מוט נישט פארלוירן. עם קאן נישט זײן, אז אונדזערע חברים פון װאלד זאלן האבן אין אונדז פארגעסן.

passage_87aef440eb38a65ac5539829
Passage 2normalized OCR · source chars 843-1696

ח׳ םמאליאר האט דעמאלט געארבעט אין מינםקער ײדישן שפיטאל אונטערן נאמען סטאלארעװיטש. אײן מאל עפנט זיך די טיר אוןא ױנג ײדיש ײנגל קומט אריץ אײנגעהילט איןא פעלץ מיטא רעװאלװער אין קעשענע. ער גיט איבער די ״האסלע״, דעדלאנגט םמאליארן די האנט און זאגט: ״איך קום צו אײך אלם שליח פון װאלד. איך קום אײך זאגן, אז מיר װײסן אלץ, װאם עם טוט זיך אין געטא. מיר באקומען כםדר באריכטן וױ עס גיסט זיך ײדיש בלוט. נאר זארגט נישט— מיר זענען זיך אן זײ נוקם. מיר באצאלן זײ צו ביםלעך, די דײטשישע מערדער. פיר טעג האבן מיר לעצטנס מיט זײ געקעמפט אוןא היפש ביםל פון זײ אװעקגעלײגט. מיר נעמען נקמה פאר דעם ײדיש אומשולדיק פארגאסענעם בלוט. מיר שלאגן זיך מיט זײ טאגטעגלעך. יעדעס מאל האבן זײ גרויםע פארלוםטן. עם איז נויטיק געװעד. װאס מער געװער און מערער מענטשן.״

passage_580fd2e03796bdc8ca0ac5ab
Passage 3normalized OCR · source chars 1698-3056

און װירקלעך איז די שרעק פאר די פארטיזאנער געװען געװאלדיק גרוים בײ די דײטשן. איך אלײן האב צו יענער צײט געארבעט איןא דײטשער אפטײלונג פון שאפערן. כאפ איך אמאלא שמועם מיט די שאפערן װעגן זײערע ריתעם קיץ ראקאװ אדער אנדערע װעגן. די דײטשישע שאפעח קלאגן זיך: ״א פארפלוכט לעבן, פול פארטיזאנער־ באנדעם אין די װעלדער. זײ לאזן נישט דורכפארן״. אײנער װיחט מיר, װי זײן אויטא איז דורכגעלעכערט פץ קױלן און ער איז געװארן פארוװנדעט. איך זאג אים: ״די דײטשן זענען דאך גענוג שטארק, פאר װאם האבן זײ אנגםט פאר די פארטיזאנער?״ זאגט ער מיר, אז צװישן די פאדטיזאנער איז פאראן פיל יידן און פאר זײ האבן מיר אממערםטן אגגםט... װען איך װיל אים אײנרעדן, אז קײן ײדן זענען צװישן פארטיזאנער גישטא, וױיל זײ זענען דאך אפגעשלאםן אין געטא, באװײזט ער מיר מיט פאקטן, װי ײדישע פארטיזאנער האבן פיל דײטשן אויםגעהרגעט. אויף איץ ארט האבן זײ2 דײטשן דערמארדעט אמ6 לעבעױקערהײט געפאנגען. אויך צוױי אויטאם האבן די צוגענומען. עס דערװעקט זיך אין אונח דער דורשט נאך נקמה פאר אונדזערע דערמארדעטע עלטערן, װאם זענען געבליבן אין לוקאװער געטא, פאר אונחעדע פרויען און קינדער, װאס די תלינים האבן פארברענט אין די קרעמאטאריעם אמ פאח אומשולדיקן ײדישן בלוט, װאם גיםט זיך טײכנוױת• מיר נעמען זיך צוזאמעןא גרופע פמ5 מאן און באשליםן

passage_cbae9f6f603986b60faa219f