ספר ליקאו ו 499 ״קליעע״ מתנה. מיר פארציען דעם שגור ביז א צװײ הונדערט מעטער פון דעם ארט און לײגן זיך אװעק װארטן. עס דויערט א גאנצן טאג ביז נאכט און די אויטאס באװײזן זיך גישט. מיר זענען געצװונגען צוריקצונעמען אונדזער מתנה. עס קאנען אנקומען אומ־ שולדיקע מענטשן און ארײנפאלן. מיר גײען צוריק אין דארף׳ מיר רוען ביז פארטאג און דאן װידער צו דער ארבעט. מיר זענען אװעק אויפן זעלביקן ארט׳ װידער זיך דורכגעגנבעט די װאכן און אװעקגעלײגט דעם ״ליאלקעלע״ (אזוי האט דער יונגער פארטיזאן זעגעלמאן אנגערופן די מינע). 10 א זײגער אין דער פרי דערהערן מיר דאס רוישן פון די אנקומענדיקע מאשינען. מיר ליגן אלע גרײט. אזוי װי די אויטא־מאשינען זענען ארויף אויפן בריק׳ האבן מיר א צײ געטאן דאס שטריקל און עס איז געשען דאס׳ אויפ װאם מיר האבן געװארט. עס פליען שטיקער פון דער בריק צוזאמען מיט די פאשיםטן. די מאשינען ברענען און מיר טרעטן אפ פון ארט. אין אװנט ברענגען אונדזערע רייטע געװיסע אינפארמאציעם פון יענעם ארט. דער שאדן איז ג 16 געהרגעטע דײטשן׳ 2 מאשינען מיט א פאר טויזנט אײער׳ װאס זיי האבן געפירט פאר די שפיטאלן און נאך קלײני קײטן — פארברענט. דאס װיכטיקסטע איז געװען דאס׳ װאס דער פארקער איז איבער־ געריסן געווארן אויף א לענגערן צײט.
אט אזעלכע ארבעטן האבן געהויבן דעם כבוד פון אונדזער אפטײלונג און דעם כבוד פון אונדזער פאלק. מיר האבן כםדר אויסגעשולט פרישע גרופן, װאם האבן אויםגעפירט אזעלכע ארבעטן, און צוליב דעם איז דער אויטאריטעט פון אונדזער אטריאד געװאקםן פון טאג צו טאג. פון פעברואר ביז ױלי 1944 האט אונדזער אטריאד אויפגעריםן 11 עשאלאנען, עטליכע בריקן, צעשטערט צענדליקער קילאמעטאר טעלע־ פאן־פארבינדונגען, און אדורכגעפירט א םך עפנטלעכע קאמפן מיט די דײטשישע באנדיטן. אין משך פון די 6 חדשים האבן מיר פארלוירן אין גאנצן 9 קעמפער, אין דער צײט װען די דײטשן האבן געליטן שרעקלעכע מפלות. מײן שבועה און די שבועה פון די איבעריקע קעמפער איז אויםגעפירט געװארן,
א דאנק דער שכנישער פארטיזאנער־אפטײלונג און דער בליץ־שנעלער דערנענטערונג פון דער רויטער ארמיי׳ איז געלונגען אפצוראטעװען אונדזער גאנצן אטריאד. װען נישט די אנגעקומענע הילף׳ װאלטן מיר געליטן א שרעקלעכן דורכפאל. א שעה פאר דעם אנקום פון דער רויטער ארמײ איז א גרופע אפטרעטנדיקע פאשיםטן באפאלן אונדזער לאגער. דער םעקרעטנער פאסהאט אונד ז געגעבן צו װיסן׳ אז עס גײט א גרופע פון 10 מאן׳ אבער ער װײםט נישט װער דאס איז. מיר האבן גלײך אלארמירט אונדזערע באװאפנטע כוחות און פארנומען א פארטײדיקונגם־פאזיציע. גאר שנעל האט זיך ארויםגעװיזן אז עס גײט א באװאפנטע מחנה פאשיסטן. מיר האבן געעפנט א שטארק פײער און אויך ױי אױף אונדז. אבער ױי האבן געהאט אן איבערװאג. מיר זענען דאך נישט אפגעטראטן׳ װײל מיר האבן געװוסט׳ אז אויב מיר װעלן אפטרעטן׳ װעט אונדזער גאנצער אטריאד פארניכטע ט װערן. מיר האבן אזוי לאנג ױך געהאלטן׳ ביז אלע נישט קאמפם־פעיקע ד. ה. אלטע מעגטשן׳ פרויען און קינדער זענען אװעק פון