Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 511
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1040

םםד לוקאוו 507 שטעט און שטעטלעך זענען געקומען צו אונדז42 יידישע יעגלעו אמ מיידלעך. איך האב געפועלט בײ די באקאנטע גוײם, אז די זאלן לעגאל באשעפטיקן בײ זיך די אנגע־ לאפענע ײנגלעך און מײדלעך. אזױ האט דאס אנגעהאלטן ביז פםח 1942. אויף צו מארגנם נאך פסח האבן מיר געהערט׳ אז ריקע איז געװאח ״ױדענרײן״ — מ׳האט ארויםגעפירט פון דארט אלע געבליבענע ײדן. געפירט האט מען זײ קײז טרבלינקע, אבער מיר האבן נאך דאן נישט געוװםט נישט פון טרעבלינקע׳ אץ נישט פון אנדערע טויט־לאגערס. קאפל בעקער האט באצאלטא לוקאװער באן־ארבעטער, אז ער זאל זיך אינפארמירן, װוהי) מען האט אוועקגעשיקט מיט עטלעכע טעג צוריק דעם טראנםפארט יידן פון ריקע. דער באן־וארבעטער האט געבראכטא תשובד״ אז מען האט די ריקער ײדן אװעק־ געפירט איןא פארניכטונג־לאגער. אזוי אױם האט מען זיך דערוװםט, אז די ײדן פון די שטעט און שטעטלעך װערן נישט געפירט ״אויף ארבעט״ אין די מינםקער בלאטעס, װי מען האט פריער געגלײבט, נאר קײן טרעבלינקע און אין אנדערע טויט־לאגערם.

passage_f71d585015cfe58ce80c98b0
Passage 2normalized OCR · source chars 1042-2262

לוקאװ האט געהאט דאם מזל, אז ביז שמחת תורה האט מען דארט די ײדן געלאט מער װײניקער צורו. שמחת תורה האבן ײדן זיך נאך געפרײט מיט דעם יום־טוב, הגם זײ האבן שוין פארגעפילט דעם גזר.6 פאר נאכט זענען די פארניכטונגם־גרופעס אנגע־ קומען קײן לוקאװ, און װי זײער שטײגער— מיט צוגן פון בהמה־װאגאנען אויף ארוים צופירן די ײדן. אויך דאס מאל איז געלונגען אפצוקויפן די עם־עס. זײ זענען אװעק קימ ראה־ן, אבער פון דארט האט שוין די געסטאפא אלײן ארויםגעפירט די ײדן קײן מע־ זריטש. זײ זענען דערפאר3 פאר טאג צוריקגעקומען קײן לוקאװ און ארומגערינגלט די שטאט. דייטשע עם־עם, אוקראינער און לעטן זענען געװען פארשטעקט אין אלע װינקעלעך. פון אומעטום האבן די מערדער געשאםן אין די הײזער און אין גאם. אין שטאט איז געװארןא שרעקלעכע מהומה. פוןא הויכרעדער האט מען געמאלדן אויף יידיש, אז אלע יידן זאלן קומען אויפן בהמה-פלאץ. ביז11 אזייגער מוזן זײ דארט זײן׳ אויב מען װעט עמעצן געפינען ערגעץ אנדערש, װעט מען אים אויםן ארט דערשיםן. אין דער בהלה האבן יידן געכאפט זייערע קינדער און געלאפן אויפן פלאץ. צענדליקער פון זײ זענען דערשאסן געװארן, װײל זײ האבן נישט באװיזן צו קומען צו דער צײט אויפן מארק.

passage_2e88e1c7f76c8fb0be4a61ed
Passage 3normalized OCR · source chars 2264-2819

דארט, אויפן מארק, האט מען די ײדן באפוילן צו לײגן זיך מיטן פנים אראפ, אז זײ זאלן נישט קענען קוקן די מערדער אין די אויגן. דערװײל זענען אין שטאט ארומ־ געפארן פײערלעשער, פאליצײ, עם־עם און אוקראינער. זײ זענען ארײן אין די הײזער, אויפגעריםן פאדלאגעם און װענט׳ אײנגעװארפן אוױונם, און װו זײ האבן געפונעןא ײד. האבן זײ אים אױפן ארט דערשאםן. פאר נאכט האט מען באפוילן די ײדן אויפן מארק אויפצושטימ. מען האט אויםגע־ קליבן צװישן ױי די אלטע לײט, אפגעפירט איןא זײט און זײ דערשאםן. די אנדערע

passage_f3c6aa7ae04194a26e220e7b