םםד לוקאו ו 507 שטעט און שטעטלעך זענען געקומען צו אונדז 42 יידישע יגלעך און מיידלעך. איך האב געפועל ט ביי די באקאנטע גוים, אז די זאלן לעגאל באשעפטיקן ביי זיך די אנגע־ לאפענע יינגלעך און מײדלעך. אזױ האט דאס אנגעהאלטן ביז פסח 1942. אויף צו מארגן נאך פסח האבן מיר געהערט, אז ריקע איז געװאח ״ױדענרײן״ — מ׳האט ארויםגעפירט פון דארט אלע געבליבענע ײדן. געפירט האט מען זיי קײז טרבלינקע, אבער מיר האבן נאך דאן נישט געוװםט נישט פון טרעבלינקע, אץ נישט פון אנדערע טויט־לאגערס. קאפל בעקער האט באצאלט א לוקאװער באן־ארבעטער, אז ער זאל זיך אינפארמירן, װוהי) מען האט אוועקגעשיקט מיט עטליכע טעג צוריק דעם טראנםפארט יידן פון ריקע. דער באן־ארבעטער האט געבראכט א תשובד״ אז מען האט די ריקער ײדן אװעק־ געפירט אין א פארניכטונג־לאגער. אזוי אױם האט מען זיך דערוװםט, אז די ײדן פון די שטעט און שטעטלעך װערן נישט געפירט ״אויף ארבעט״ אין די מינםקער בלאטעס, װי מען האט פריער געגלײבט, נאר קײן טרעבלינקע און אין אנדערע טויט־לאגערס.
לוקאװ האט געהאט דאם מזל, אז ביז שמחת תורה האט מען דארט די ײדן געלאזט מער װײניקער צורו. שמחת תורה האבן ײדן זיך נאך געפרײט מיט דעם יום־טוב, הגם זײ האבן שוין פארגעפילט דעם גזר. 6 פאר נאכט זענע ן די פארניכטונגם־גרופעס אנגע־ קומען קײן לוקאװ, און װי זײער שטײגער — מיט צוגן פון בהמה־װאגאנען אויף ארוים צופירן די ײדן. אויך דאס מאל איז געלונגען אפצוקויפן די עם־עס. זײ זענע ן אװעק קי ם ראה־ן, אבער פון דארט האט שוין די געסטאפא אלײן ארויםגעפירט די ײדן קײן מע־ זריטש. זײ זענע ן דערפאר 3 פאר טאג צוריקגעקומען קײן לוקאװ און ארומגערינגלט די שטאט. דייטשע עם־עם, אוקראינער און לעטן זענע ן געװע ן פארשטעקט אין אל ע װינקעלעך. פון אומעטום האבן די מערדער געשאםן אין די הײזער און אין גאס. אין שטאט איז געװארן א שרעקלעכע מהומה. פון א הויכרעדע ר האט מען געמאלדט אױף יידיש, אז אלע יידן זאלן קומען אויפן בהמה־פלאץ. ביז 11 אזייגער מוזן זײ דארט זײן ׳ אויב מען װעט עמעצן געפינען ערגעץ אנדערש, װעט מען אים אויסן ארט דערשיםן. אין דער בהלה האבן ײדן געכאפט זייערע קינדער און געלאפן אויפן פלאץ. צענדליקער פון זײ זענע ן דערשאסן געװארן, װײל זײ האבן נישט באװיזן צו קומען צו דער צײט אויפן מארק.
דארט, אויפן מארק, האט מען די ײדן באפוילן צו לייגן זיך מיטן פנים אראפ, אז זײ זאלן נישט קענען קוקן די מערדער אין די אויגן. דערװײל זענען אין שטאט ארומ־ געפארן פײערלעשער, פאליצײ, עם־עם און אוקראינער. זײ זענען ארײן אין די הײזער, אויפגעריסן פאדלאגעם און װענט׳, אײנגעװארפן אוױונם, און װו זײ האבן געפונען א ײד. האבן זײ אים אױפן ארט דערשאםן. פארנאכט האט מען באפוילן די ײדן אויפן מארק אויפצושטימ. מען האט אויסגע־ קליבן צװישן ױי די אלטע לײט, אפגעפירט אין א זײט און זײ דערשאםן. די אנדערע