Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 512
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1212

503 ספר לוקאי ו יידן האט מען דורכן דיפעלדער געפירט צו דער באן־סטאציע, װאם איז געװען בא־ לויכטן פון רעפלעקטארן. אונטער שרעקלעכע קלעפ האט מען די ײדן ארײנגעטריבן אין די װאגאנען און די אפגעשלאסן. אויף די דעכער פון די װאגאנען זענען געזעסן װעכטער מיט מאשין־ געװערן. אט איז אן עפיזאד מיט מײן שװאגער בנימין גאםטמאן. בײ אים אויפן הויף זענען בעת דער אקציע געװען צוגעגרײט צװײ בונקערס. אין אײנעם פון זײ האבן זיך באהאלטן גאםטמאן, זײן פרוי און זון און נאך עטלעכע פערזאן; אין צװײטן בונקער איז אויסבאהאלטן געװען זײן טאכטער. דאס האט מען געמאכט מיט א כװנה. מען האט צעטײלט די משפחה: אויב אײן בונקער װעט אדורכפאלן, זאל כאטש עמעצער פון דער משפחה בלײבן. אין טאג פון דער אקציע איז בנימין ארויס פון זײן בונקער א קוק טאן צי דער צװײטער בונקער איז אין ארדענונג. װען ער האט דערזען, אז דער צװײטער בונקער איז געװארן אויפגעדעק ט און זײן טאכטער איז שױן דארט נישטא, איז ער געלאפן צו דער באן מיט דער האפענונג, אז אים װעט געלונגען אויסצובאהאלטן די טאכטער. ער האט געהאט באקאנטע צװישן דער לוקאװער געשטאפא, פאר װעלכער ער האט געמאכט שיכװארג, װאם זײ האבן געשיקט קײן דײטשלאנד.

passage_b886f0be68e932a813be3d34
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1214-2018

בײ דער באן האט בנימין שוין געטראפן אלע ײדן זיצן לעבן דער ״ראמפע״ אויפ דער ערד, באװאכטע דורך עם־עם. ער האט דערזען די טאכטער און געבעטן די עם־עם־װאך, אז מען זאל אים צולאזן צו דער טאכטער, ער װיל טײלן מיט איר דעם גורל. זימ אויםרעכענונג איז געװען, אז ער װעט ראטעװען די טאכטער אין װאגאן. בנימין האט געהאט בײ זיך א זעג צו ם שנײדן ץ.ימן. װי נאר דער צוג האט אנגעהויבן פארן, האט ער אנגעהויבן אויםשנײדן 2 קראט ן פונעם פענצטערל. די ערשטע איז ארויס זײן טאכטער. זי איז גליקלעך געשפרונגען און געבליבן בײם לעבן. ער אלײן איז שוין נישט געשפרונגען אזוי געלונגען. ער האט צעבראכן א פו ם און אויך געװארן פאר־ וװנדעט פון א קויל. נא ך אים זענען נא ך געשפרונגען א ם ך ױנג ע מענטש ן און פיל פון זײ האט זיך ע ם אײנגעגעבן.

passage_7fd30e33ebce873781608f12
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2020-2620

בנימין איז אויפן בױך צוגעקראָכן צו א פוילישער כאטע. גראד האט ער אנגעטראפן דארט אױף א באקאנטן פויער און ער איז בײ אים געבליבן נעכטיקן. אויף צו מארגנס אין דער פרי האט דער פויער אים אװעקגעפירט גלײך אין דער געשטאפא. דארט האט מען באפוילן אים אפפירן אויפן שולהויף, װו עס האבן געארבעט עטליכע ײדן בײם םארטירן די זאכן, װאם זענען געבליבן נאך די ארויםגעפירטע ײדן. צװישן די איז געװען עמיל גאםטמאן׳ בנימינס פלימעניק. װען ער האט דערזען דעם פויערישן װאגן מיט דין פעטער, האט ער דעם פויער אפגעגעב ן דאס גאנצע געלט׳ װאם ער האט בײ זי ד

passage_cefee311a1e72772a1768d83