510 םםר לוקאװ מיר האבן אײגגעארדנ ט א בונקער אין פעלד. דארט זענען מיר געװען ביז ערב פורים 1943. אײן מאל בײ נאכט זענען מיר אװעק צו א הײמישן פאליאק נאד ברויט. ער האט אונדז דערצײלט, אז ער איז געװען אין לוקאװ און געזען א סך ײדן אין געטא• ער האט אונדז געראט ן צו גײן צוריק אין געטא, אונדזער בונקער, האט ער געזאגט, איז דאד אין םעלד. באלד װעט מען נעמען אקערן׳ װעט מען אונדז געפינען. אין 2 טעג ארום זענען מיר געגאנגע ן זוכן עםן. מיר זענען אװעק אין אונדזער ם א פריערדיקן בוגקער, וװ מיר האבן נאך געהאט א ביסל װעש. װי איבערראש ט זענען מיר געװארן, אז אראפקומענדיק אין בונקער, האבן מיר דארט געטראפן מיץ זון צבי און מײן ברודערס א זון. די פרײד אונדזערע איז געװען אין לשער. מיר זענען דאך זיכער געװען, אז מען האט די קינדער דערשאםן בעת דער אקציע אין מאגיסטראט. עם האט זיך ארויםגעװיזן, אז זײ זענען אנטלאפן אונטער די קוילן פון די מערדער. מיר האבן שטארק געװײנט, ביז מײן זון האט זיך אנגערופ ן ־ ,׳טאטע׳ מיר װעלן קעמפן מיט אלע כוחות כדי צו בלײבן לעבן״. אין 1943, ערב פורים׳ זענען מיר אלע ־ לײבל מיק ברודער מיט זיץ מײדעלע פון 9 יאר יאמפע, די זון פון מײן ברודער און איך מיט מײן זון, אװעק צוריק אין לוקאװער געטא. דארט זענען מיר געװען ביז חול המועד פסח. מיר האבן דערפילט, אז מען גרײט זיך צו מאכן לוקאװ ״ױדענרײן״ און מיר זענען אװעק צוריק אין װאלד.
מיר האבן זיך געראנגל ט פאר ן לעבן אין שרעק און אין פײן. פון אלע װינקעלעך האט געלאקערט אויף אונדז דער טויט. דעם 9טן ױלי 1944 איז אומגעריכט געקומען די הילף. מיט א נאכט פריער זענען מיר נאך געגאנגען שאפן עסן׳ און מיר האבן זיך נישט פארגעשטעלט, אז מארגן װעלן מיר זיצן פרײ. די רום ן האבן ארומגערינגלט לוקאװ ביז שעדלעץ׳ בעת אין בריםק זענען נאך געװען די דײטשן, באפרײטע זענען מיר ארײן קיץ לוקאװ און קײנעם דארט נישט געטראפן — נישט קײן ײדן און נישט קיץ פאליאקן. די שטאט איז געװען חרוב. מורא האבגדיק, אז די דײטשן קענען נאך ארײנקומען קײן לוקאװ, זענען מיר אװעק אויפן זעלבן װעג װו ד י רוסישע ארמײ איז געגאנגען. מיר זענען געליגן א פארטאג אויפן פעלד הינטער ראדזין און מיר האבן זיך דערװוסט, אז מיר זענען שוין עגדגילטיק געהאלפן, אז די דײטשן זענען פארטריבן. דאן זענען מיר צוריקגעקומען קיץ לוקאװ און געפונען דארט עטליכע ײדישע פאמיליעם. מיר׳ די עטליכע אפגעראטעװעטע לוקאװער ײדן, האבן צוזאמען זיך ארײנגעצויגן אין א לײדיק הויז פון גוטשע ריבאק. די ערד האט געברענט אונטער די פים. די א.ק. האט געמארדערט ײדן. מיר האבן באלד געהאט 2 הרוג׳ם $ יהושע פראםט ם א זון און נאך א ײד פון יאדעמאװ. די זענען דערד׳רגעט געװארן א טראט נאך דער ראגאטקע. נאכן שאפן פון דער ײדישער מדינה, בעת ע ם האט זיך אנגעהויבן די באפריװנגם ־