Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 514
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1429

510 םםר לוקאװ מיר האבן אײגגעארדנטא בונקער אין פעלד. דארט זענען מיר געװען ביז ערב פורים 1943. אײן מאל בײ נאכט זענען מיר אװעק צוא הײמישן פאליאק נאד ברויט. ער האט אונדז דערצײלט, אז ער איז געװען אין לוקאװ און געזעןא סך ײדן אין געטא• ער האט אונדז געראטן צו גײן צוריק אין געטא, אונדזער בונקער, האט ער געזאגט, איז דאד אין םעלד. באלד װעט מען נעמען אקערן׳ װעט מען אונדז געפינען. אין2 טעג ארום זענען מיר געגאנגען זוכן עםן. מיר זענען אװעק אין אונדזערם א פריערדיקן בוגקער, וװ מיר האבן נאך געהאטא ביםל װעש. װי איבערראשט זענען מיר געװארן, אז אראפקומענדיק אין בונקער, האבן מיר דארט געטראפן מיץ זון צבי און מײן ברודערסא זון. די פרײד אונדזערע איז געװען אין לשער. מיר זענען דאך זיכער געװען, אז מען האט די קינדער דערשאםן בעת דער אקציע אין מאגיסטראט. עם האט זיך ארויםגעװיזן, אז זײ זענען אנטלאפן אונטער די קוילן פון די מערדער. מיר האבן שטארק געוױינט, ביז מײן זון האט זיך אנגערופן־ ,׳טאטע׳ מיר װעלן קעמפן מיט אלע כוחות כדי צו בלײבן לעבן״. אין 1943, ערב פורים׳ זענען מיר אלע־ לײבל מיק ברודער מיט זיץ מײדעלע פון 9 יאר יאםפע, די זין פון מײן ברודער און איך מיט מײן זון, אװעק צוריק אין לוקאװער געטא. דארט זענען מיר געװען ביז חול המועד פםח. מיר האבן דערפילט, אז מען גרײט זיך צו מאכן לוקאװ ״ױדענרײן״ און מיר זענען אװעק צוריק אין װאלד.

passage_26b0cdff167b25ee1ec8f29b
Passage 2normalized OCR · source chars 1431-2795

מיר האבן זיך געראנגלט פארן לעבן אין שרעק און אין פײן. פון אלע װינקעלעך האט געלאקערט אויף אונדז דער טויט. דעם 9טן ױלי1944 איז אומגעריכט געקומען די הילף. מיטא נאכט פריער זענען מיר נאך געגאנגען שאםן עסן׳ און מיר האבן זיך נישט פארגעשטעלט, אז מארגן װעלן מיר זיץ םרײ. די רוםן האבן ארומגערינגלט לוקאװ ביז שעדלעץ׳ בעת אין בריםק זענען נאך געװען די דײטשן, באפרײטע זענען מיר ארײן קיץ לוקאװ און קײנעם דארט נישט געטראפן— נישט קײן ײדן און נישט קיץ פאליאקן. די שטאט איז געװען חרוב. מורא האבגדיק, אז די דײטשן קענען נאך ארײנקומען קײן לוקאװ, זענען מיר אװעק אויפן זעלבן װעג וװ די רוסישע ארמײ איז געגאנגען. מיר זענען געלעגןא פארטאג אויפן פעלד הינטער ראדזין און מיר האבן זיך דערוװסט, אז מיר זענען שוין עגדגילטיק געהאלפן, אז די דײטשן זענען פארטריבן. דאן זענען מיר צוריקגעקומען קיץ לוקאװ און געפונען דארט עטלעכע ײדישע פאמיליעם. מיר׳ די עטלעכע אפגעראטעװעטע לוקאװער ײדן, האבן צוזאמען זיך ארײנגעצויגן איןא לײדיק הויז פון גוטשע ריבאק. די ערד האט געברענט אונטער די פים. די א.ק. האט געמארדעט ײדן. מיר האבן באלד געהאט2 הרוג׳ם$ יהושע פראםטםא זון און נאך א ײד פון יאדעמאװ. די זענען דערד׳רגעט געװארןא טראט נאך דער ראגאטקע. נאכן שאפן פון דער ײדישער מדינה, בעת עם האט זיך אנגעהויבן די באפריװנגם־

passage_c0b0fa286033743ee591985a