Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 515
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-752

סםר לוקאװ 511 מלחמה אין ישראל, האבן אס דיידישע יוגנטלעכע זיך מאביליזירט אין דער ישראל־ ארמיי. איין מײַן זון צבי איז אוועק אין דער אַרמיי און ער איז געפאלן אין ירושלים ביים אייננעמען דעם הר־ציון. משה גערעכט א באזוך אין נארװאם־באפרייטן לוקאװ הגם מיץ פאטער, זײדע און עלטער־זײדע זענען געווען געבוירן אין לוקאװ, און אויך מײַן פרוי עלקע׳ פון דער היים טיקאצקי, שטאמט פון לוקאװ — איז מײַן ערשטער באזוך אין דער שטאט פארגעקומען ערשט אין יאר 1944, עטליכע טעג נאד דעם ווי לוקאװ איז געװארן באפרײט פון די נאצישע רוצחים. און געקומען אד׳ין בין איך אין מונדיר פון א פוילישן םאלדאט׳ צוזאמען מיט די םאװיעטישע און פוילישע ארמײען, וואס האבן ארויסגעטריבן די היטלערימטן פון פוילן.

passage_6eb9ebbaaef1ad48da79b251
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 754-1750

בעת היטלעראיז באפאלן פוילן אין יאר 1939 האט איד, צוזאמען מיט דער מאמע און 4 ברידער, געוװינט אין פראגע, א פארשטאט פון װארשע. דעם דטן סעפטעמבער׳ װעןעם האט זיך אנגעהויבן דאס לויפעניש פון װארשע, האט די מאמע מיד געהײסן נעמען דעם ברודער מאניש און צוזאמען מיט אים אװעק קיץ לוקאװ. זי האט געזאגט, אז װען די עלטערע צװײ זין, װאם זענען דאן נישט געװען אין דער הײם׳ װעלן צוריקקומען׳ װעט זי צוזאמען מיט זײ און מיט דעם ײנגםטן זון מרדכי׳ אויד קומען קײן לוקאװ. דארט װעט זײן לײכטער, האבן מיר געמײנט, איבערצולעבן די מלחמר,. זי האט מיר געגעבן דעם אדרעס פון אונדזער פעטע שמואל שעדלעצקער אויף יאטקע־גאם 4. דארט דארפן מיר װארטן ביז װאנען זײ װעלן קומען. דער ײנגםטער ברודער מרדכי האט גענומען װײנען און װירקן אויף אונדז, אז מען זאל אים נישט לאזן אלײן מיט דער מאמען. די מאמע האט אונדז אבער געדװינגן גײן און מיטגעגעבן אונדז אין װעג 200 זלאטעס און 2 חלות װאם זי אליץ האט געבאקן,

passage_a4388aeb8ec145777abfba70
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1752-2339

מיטן ברודער מאניש בין איך ארויס פון דער שטוב, ווו איך בין געבוירן געוואָרן מיט 2 יאר פריער, אויפן אזוי־גערופענעם פייערלעשער־גאסל אין פראגע, ספזשעטשנע 8. איך האב נאך געווארפן א בליק אויפן גוט באקאנטן פענצטער, אין וועלכן די מאמע איז געשטאנען און געפאכט מיט דער האנט. איך האב פארריכט אויף דער פלייצע דאס רוקזעקל מיט די חלות און דעם ביסל װעש, מיר האבן זיך פארנומען מיט דער טארגאווע־גאס אין דער ריכטונג פון גראכאװסקע־גאס, װאם פירט צום שאסיי. איך האב אויסגעדרייט דעם קאפ א נאד אלץ געזען דעם פייערלעשער־טורעם פון פראגע.

passage_d5f478826c2070aa2144ffd6