512 םפר לוקןו װ אין אװנט זענען מיר אנגעקומען קײן מינםק־מאזאמיעצק. דארט זענען מיר איבער־ געשלאםן אין א שטאל׳ און באגינען׳ 5 א זײגער׳ זענען מיר אװעק װייטער׳ קיץ קאלושין. דער גאנג׳ םײ קײן מינםק־מאזאװיעצק׳ םײ קײן קאלושין׳ איז געװען א שרעקלעכער. די דײטשע אעראפלאנען זענען געפלויגן נידעריק איבער די װעגן אץ געשאםן אין די צױוילע פליטים. אויםן שאםײ האבן זיך געװאלגער ט הונדערטער טויטע מענטשן. 10 קילאמעטער פאר קאלושין האבן מיר אנגעטראפן אויף ײדן מיט פורן׳ װאם האבן אוים״ געזוכט די ײדישע הרוגים׳ ארויפגעלײגט זײ אויף די פורן און זײ אװעקגעפירט אויפן בית־הקברות אין קאלושין. אין קאלושין האבן ו.וי ר געטראפן א סך באקאנטע. טייל פון זײ זענען צוריקגעקומען םון שעדלעצער װעג און זײ האבן אונז אפגערעדט פון גײן װײטער קײן לוקאװ׳ װײל ם׳איז כמעט אוממעגלעך זיך אדורכצורײסן דורך די דײטשע באמבארדירונגען. מיר האבן באשלאםן אומצוקערן זיך קײן װארשע נא ך א ן אפרו פון עטלעכ ע טעג׳ װײל די פים זעגן געװען בײ אונז אפגעריבן נא ך דעם פריערדיקן מארש.
דעם 10טן סעפטעמבער א זײגער האלב דרײ נאכמיטאג׳ איז איבער קאלושין ארמגעקומען אן אנפלי פון דײטשע באמבארדירער. דאם שטעטל איז געװארן בא־ װארפן מיט צינד־באמבעם. איך האב באשלאסן מער אין קאלושין נישט צו בלײבן׳ און נישט געקוקט אויף די אפגעריבענע פיס, זאלן מיר תיכף זיך לאזן צוריק קײן װארשע. נאך צװײ טעג בין איך מיט מײן ברודער מאניש צוריקגעקומען אהײם. עם זענען אנגעקומען די שרעקלעכע טעג פון די דײטשע אנפליען איבער װארשע. אין די נעכט איז דאס ארומגערינגלטע װארשע באשאסן געװארן דורך דער דײטשער ארטילעריע. פון אלע זײטן האט מען געזען די פײערן פון דער אונטערגעצונדענער הויפטשטאט. באלד װי די דײטשן זענען ארײן און מיר האבן געזען זײער אכזרױתדיקע אויפפירונג לגבי ײדן׳ האב איך׳ צוזאמען מיט מײגם א חבר פון טארגאװע־גאס 40׳ באשלאסן צו אנטלויפן צו די םאװיעטן. דעם 10טן אקטאבער׳ 5 א זײגער אין דער פרי זענען מיר אװעק צו דער ראדזימינער קאלעיקע (קלײנבאן). פון ראדזימין זענען מיר צופוס אװעק קײן ביאליסטאק דורך אםטראװ־מאזאװיעצק און מאלקין. פון ביאליסטאק בין איך אװעק קיק בריסק׳ און דארט האב איך זיך פארשריבען אויף ארבעט. מען האט אונז אװעקגעפירט קײן נאװארעטשיצע הענטער גאמעל׳ און נאך א קוצרער צײט אונז צוריקגעפירט קיץ בריסק.
דעם 28םט ן יוני 1940 האט מיך די סאװיעטישע מאכט ארעסטירט און פארשיקט אין א לאגער. נאך אנדערהאלבן יאר׳ דעם 20סטן אויגוסט 1941 האט מען אונדז באפרייט און מאביליזירט אונדז אין דער פוילישער ארמײ׳ װאם גענ. אנדערס האט פארמירט אין ראטן־פארבאנד. ביםלעכווױיז האט מען אונדז אנגעהויבן ארויםפירן קיץ פערםיע. די פרײד צװישן די ײדישע זעלנער איז געװען א גרויסע׳ מחמת צװײ ײדישע אפיציח׳ װאס זענען געקו ־