Original scan
Original memorial-book scan 517
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1027

םםר לוקאו ו 513 מען פמפערםי האב דערציילט, אז פאר די יידישע זעלנער פון דער פוילישער ארמיי איז פאראן א מעגלעכקייט צו אנטלויפן פון טעהעראן קיץ ארץ־ישראל. דאם ווערט אין געהיים אדורכגעפירט דורך קיבח־חברים פון ארץ־ישראל• לײדער בין איך נישט דערפארן. אין וועג בין איך קראנק געווארן און מען האט מיך אװעקגעפירט אין א מיליטערישן שפיטאל אין טאשקענט, ראטן־פארבאנד. אין א צײט ארום בין איך פרײװיליק אװעק אין דער פוילישער ארמײ, װאם איז געשאפן געווארן דורך װאנדא װאשילעװסקא. איך בין געווען אין ערשטן פײער מיט דער ארמײ הינטער לענינא. מיר האבן געקעמפט קעגן די דײטשע מערדער מיט דער גרעסטער איבערגעגעבנקײט. מיר האבן זיך נוקם געווען אין די רוצחים און זיי צע־שמעטערט. די ײדישע םאלדאטן זענען געווען שטאלץ, װאם די האבן געהאט די מעגלעכקייט צו קעמפן קעגן די דײטשן. נאך דער שלאכט האבן מיר באקומען א קורצן אור־לויב. מיר זענען זיך צונויפגעקומען און יעדער אײנער האט דערצײלט פרטים פון קאמף• אט דערמאנט זיך מיר אז א פאל:

passage_a1d7eea787f95b56114d3e3f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1029-1733

אײן מאל האט מען מיך געשיקט אויף אויסשפיר צוזאמען מיט בארקאװםקין׳ א פאליאק. אין װאלד האבן מיר באמערקט צװײ שאטנם. מיר האבן זיך אװעקגעלײגט אויף דער ערד און זיך אײנגעהערט צו זייערע רײד. זײ זענען געגאנגען לאנגזאם׳ טראט בײ טראט. װען זײ האבן זיך דערנענטערט צו אונז אויף א מהלך פון עטליכע מעטער׳ האב איך זיך אפגעריסן פון ארט׳ אויסגעשטרעקט צו זײ דעם אויטאמאט און א געשרײ געטאן״ הענדע האך׳ שמוציגע באנדיטן:״ די דײטשן האבן נישט געשטעלט קײן װידערשטאנד און באלד געווארפן אויף דער ערד זײערע ביקםן. מיר האבן זײ ארומגע ־ טאפט׳ מײן חבר האט גענומען אײן ביקם׳ איך — די צװײטע׳ און מיר האבן אנגעהויבן טרײבן די דײטשן דורכן װאלד.

passage_2206365c6b0d7f60774f51a5
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1735-2700

ביז צו דער אפטײלונג האבן מיר געהאט איבער דרײ קילאמעטער. די דײטשן האבן זיך כםדר געבעטן׳ אז מען זאל זײ נישט שיסן׳ אז זײ האבן אין דײטשלאנד פרויען און קינדער. בארקאװםקי האט געהאלטן׳ אז מען דארף זײ אויסן ארט דערשיסן און איך האב מסכים געווען מיט אים. מײן חבר האט דער ערשטער געגעבן א םעריע אויפן זיץ דײטש און צו מיר האט ער א געשרײ געטאן ז״שים׳ גערעכט׳ דײנעם!״ אין אײן אויגנבליק האב איך געעפנט א פײער אויפן צווייטן דײטש. מיר האבן אראפגעצויגן פון זײ די שיך׳ די װארעמע םװעטערם און ארויסגענומען בײ זײ די םיגארעטן. װען מיר זענען צוריקגעקומען אין דער אפטײלונג און געמאלדן װעגן דער געשעעגיש׳ זענען מיר געװארן באשטראפט מיט 5 טעג ״פאקע״(ארעסט). * טעג אץ נעכט זענען אדורך אין שלאכטן׳ און אזוי האבן מיר זיך דערנענטערט צו לובלין. נאכן באפרײען לובלין׳ איז געװאקסן אין מיר די פרײד׳ אז אט׳אט׳ װעט אויך לוקאװ װעח באפרײט. און אזוי איז טאקע געשען.

passage_02317a94e070738f2fc4d2d1