Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 516
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1047

512 םפר לוקןוװ אין אװנט זענען מיר אנגעקומען קײן מינםק־מאזאמיעצק. דארט זענען מיר איבער• געשלאםן איןא שטאל׳ און באגינען׳5א זײגער׳ זענען מיר אװעק וױיטער׳ קיץ קאלושין. דער גאנג׳ םײ קײן מינםק־מאזאװיעצק׳ םײ קײן קאלושין׳ איז געװעןא שרעקלעכער. די דײטשע אעראפלאנען זענען געפלויגן נידעריק איבער די װעגז אץ געשאםן אין די צױוילע פליטים. אויםן שאםײ האבן זיך געװאלגערט הונדערטער טויטע מענטשן.10 קילאמעטער פאר קאלושין האבן מיר אנגעטראפן אויף ײדן מיט פורן׳ װאם האבן אוים״ געזוכט די ײדישע הרוגים׳ ארויפגעלײגט זײ אויף די פורן און זײ אװעקגעפירט אויפן בית־הקברות אין קאלושין. אין קאלושין האבן ו.ויר געטראפןא סך באקאנטע. טײל פון זײ זענען צוריקגעקומען םון שעדלעצער װעג און זײ האבן אונדז אפגערעדט פון גײן װײטער קײן לוקאװ׳ וױיל ם׳איז כמעט אוממעגלעך זיך אדורכצורײסן דורך די דײטשע באמבארדירונגען. מיר האבן באשלאםן אומצוקערן זיך קײן װארשע נאך אן אפרו פון עטלעכע טעג׳ װײל די פים זעגען געװען בײ אונדז אפגעריבן נאך דעם פריערדיקן מארש.

passage_394c2dcbe7c5787529be79cc
Passage 2normalized OCR · source chars 1049-2315

דעם 10טן סעפטעמבערא זײגער האלב דרײ נאך מיטאג׳ איז איבער קאלושין םארגעקומען אן אגפלי פון דײטשע באמבארדירער. דאם שטעטל איז געװארן בא־ װארפן מיט צינד־באמבעם. איך האב באשלאסן מער אין קאלושין נישט צו בלײבן׳ און נישט געקוקט אויף די אפגעריבענע פיס, זאלן מיר תיכף זיך לאזן צוריק קײן װארשע. נאך צװײ טעג בין איך מיט מײן ברודער מאניש צוריקגעקומען אהײם. עם זענען אנגעקומען די שרעקלעכע טעג פון די דײטשע אנפליען איבער װארשע. אין די נעכט איז דאס ארומגערינגלטע װארשע באשאםן געװארן דורך דער דײטשער ארטילעריע. פון אלע זײטן האט מען געזען די פײערן פון דער אונטערגעצונדענער הויפטשטאט. באלד װי די דײטשן זענען ארײן און מיר האבן געזען זײער אכזרױתדיקע אויפפירונג לגבי ײדן׳ האב איך׳ צוזאמען מיט מײגעםא חבר פון טארגאװע־גאס 40׳ באשלאםן צו אנטלויפן צו די םאװיעטן. דעם 10טן אקטאבער׳5א זײגער אין דער פרי זענען מיר אװעק צו דער ראדזימינער קאלעיקע (קלײנבאן). פון ראדזימין זענען מיר צופום אװעק קײן ביאליסטאק דורך אםטראװ־מאזאװיעצק און מאלקין. פון ביאליםטאק בין איך אװעק קיק בריםק׳ און דארט האב איך זיך פארשריבן אויף ארבעט. מען האט אונדז אװעקגעפירט קײן נאװארעטשיצע הענטער גאמעל׳ און נאךא קורצער צײט אונדז צוריקגעפירט קיץ בריםק.

passage_95b48cc651e2f5208fa0803c
Passage 3normalized OCR · source chars 2317-2752

דעם 28םטן יוני1940 האט מיך די סאװיעטישע מאכט ארעםטירט און פארשיקט איןא לאגער. נאך אנדערהאלבן יאר׳ דעם 20סטן אויגוםט1941 האט מען אונדז באפרײט און מאביליזירט אונדז אין דער פוילישער ארמײ׳ װאם גענ. אנדערם האט פארמירט אין ראטן־פארבאנד. ביםלעכוױיז האט מען אונדז אנגעהויבן ארויםפירן קיץ פערםיע. די פרײד צװישן די ײדישע זעלנער איז געװעןא גרויםע׳ מחמת צװײ ײדישע אפיציח׳ װאס זענען געקו־

passage_73cf893a11b74a392cce9b03