םםר לוקאוו 515 שױן געווען שפעט בײ נאכט׳ און פארא ייד איז געווען געפערלעך צו גיץ שסעט בײ נאכט אין גאס. איך האב זיך געאיגט שלאפן. נאךא לאנגער צײט בין איך װידער געשלאפן איןא בעט. איך בין שוין געװען אפגעװוינט דערפץ, צו מארגנס האב איך זיך אויפגעװעקט שפעט און נאכן אפעסן פרישטיק האט מענדלס פרוי מיך אװעקגעפירט צו מיץ קוזינע. כאיעטען האב איך אין שטוב נישט געטראפן. זי איז געװען בײ דער ארבעט. אויפ־ גענומען האט מיך איר מאן׳ איטשע ארלינסקי. װען איך האב אים געזאגט װער איך בין. האט ער מיר דערצײלט׳ אז מיץ ברודער מאניש איז געשטארבן אין1943 אין געטא אויף טיטום. ער האט אים קובר געװען אויפן מאלצינאװער װעג און אװעקגעשטעלט אויפן קברא ברעטל. װען איך האב אים געבעטן׳ אז ער זאל מיך צופירן צום קבר׳ האט ער געענטפערט׳ אז דאס איז אוממעגלעך. דאם איז דרײ קילאמעטער װײט פון שטאט און פארא ײד איז דארט געפערלעך צו גײן. איך האב אים געפרװוט איבערצײגן׳ אז ער זאל נישט קײן מורא האבן׳ וױיל איך האב געװער׳ אבער ער האט בשום אופן נישט געװאלט גיץ. ער האט מיר געזאגט׳ אז ער װעט מיר װיחן דעם װעג׳ אבער מיטגיץ מיט מיר װיל ער נישט.
אין דעם זעלבן צימער זענען געווען מעת־מעשד. געזעסן א ייִדישער אפיציר פון דער פוילישער אַרמיי און א ייִדישער פאליציאנט. דער פאליציאנט האט מיך שטארק אנגעקוקט און סוף האט ער זיך אנגערופן. אז איך בין זייער ענלעך צו א יינגל. װאם איז געווען מיט אים אין טראנספארט קיין טרעבלינקע. דעם יינגל האט געהייסן מרדכי גערעכט. בעת דער לעצטער אקציע אין לוקאװ האט מען זיי אנגעלאדט אין צוג. מען האט תיכף אניעד״ויבן טראכטן װעגן שפרינגען פון צוג. מרדכי האט פארגעלײגט. אז מען זאל װארפן גורל׳ ווער עס זאל שפרינגען דער ערשטער. דער גורל איז געפאלן אויף מיץ ברודער מרדכי. ער איז געשפרונגען דער ערשטער. די דייטשן האבן אים דערשאסן. ער, דער פאליציאנט, איז געשפרונגען דער צװייטער, אים האבן די דייטשע קוילן נישט געטראפן. אויך דער פאליציאנט האט מיך אפגערעדט פון גיין אויפן מאלצינאװער וועג אויס־ זוכן מיץ ברודערס קבר. איך האב גענומען דעם אויטאמאט און אוועק אהין אליץ. ידער פארבײגײענדיקער פאליאק האט מיך אנגעקוקט מיט נײגיר.
אויפן פעלד האבן זיך ארומגעװאלגערט מענטשלעכע שארבנס. קײץ שו ם קבר מיט א ברעטל האב איך נישט געפונען. איך האב געגראבלט מיט די הענט׳ גענישטערט אץ געזוכט׳ אבער קײן שפור פון מיץ ברודערם קבר נישט אנגעטראפן. בלויז בײנער אץ שארבנס זענען געלעגן אויף טריט און שריט. אין מיץ הארץ איז אויסגעקומען אץ פארלאנג: צו נעמען נקמה פאר דעם אלעם׳ װאם מיפע אויגן זען. איך האב זיך אויפגעשטעלט און אויסגעגלײכט דעם רוקן גאך צוױי שע זוכן. איך האב פארדרײט אין א שטיקל צײטונג א מאכארקע־פאפיראם אץ מיט א ביטער הארץ גענומען גיץ צוריק אין שטאט אריץ.