Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 520
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-934

516 ססר לוקאיו איד בין אװעק צו מײן קוזינע כאיעטע. די קוזינע האט געזאגט, אז זי װייםט א םד װעגן מײן מוטער אמ מײנע צוױי ברידער׳ אבער צו װאם דארף מען איצט אוים־ װעקן די װונדןז מיר דארםן איצט אכטונג געבן׳ וױיל די פאליאקן װילן ארויםענדיקן די אײנציקע ײדן, װאם זענען געבליבן. מען דארף איצט זימ םארזיכטיק. איד בין געבליבן נאד עטלעכע טעג אין לוקאװ, ארומגעגאנגען איבער די גאםן םון דעם אויםגעהרגעטן ײדישן שטעטל און דאם הארץ איז םול געװארן מיט צארן. װען איד האב זיד אומגעקערט אין מײן מיליטערישער טײל ד׳אבז איד פאר אלע ײדן דערצײלט׳ װאם איד האב איבערגעלעבט אין לוקאװ. מיר האבן אלע פארביםן מיט די צײן אוןא גישט געשטילטער איז געװען אונדזער האם׳ װען מיר האבן װײטער גענומען טרײבן דעם שונא אויף מערב, מיר האבן גישט געשוינט די דײטשן און נקמה גענומען םאר די רציחות איבער אונדזערע נאענטע. ש. הובערמאן לוקאװער ײדן קעמפן

passage_32519ce55558398075e4ebba
Passage 2normalized OCR · source chars 936-1837

פון די חורבות פון לוקאװער געטא׳ פון די הויפנם איבערגעבליבענע שטײנער און שטומע צעהאקטע װענט׳ פון די גרויםע מאםן־קברים און פון די לעבנגעבליבענע יתומים׳ װאם קענען זיד קיין ארט נישט געפינען אין זײער טרויער און פײן׳ שײלט זיד ביםלעכוױיז ארוים די געשיכטע פון די לוקאװער מארטירער, עס זאמלען זיד צו ביםלעד בלעטל נאד בלעטל, פאקט נאד פאקט׳ פארשידענע איבערלעבענישן פון די לוקאװער לאנדסלײט׳ הן פון די װאם האבן איבערגעלעבט די אכזרױתדיקע אקופאציע פון די היטלעריסטן׳ הן פון די׳ װאס זענען געשטאנען די גאנצע צײט אין קאמף קעגן זײ• ביםלעכוױמ הײבט זיד אן פונאנדערװיקלען די געשיכטע פון די העלדישע לוקאװער ײדן׳ װעלכע זענען העלדיש און װירדיק בײגעשטאנען די געפערלעכםטע נםיונות און געקעמפט קעגן שונא ביזן לעצטן אטעם־צוג. די מערםטע פון זײ זענען געפאלן מיטן טויט פון גבורים׳ גײענדיק באוװםטזיניק אויף קידוש־השם.

passage_7b56c9619f4aa36971044f44
Passage 3normalized OCR · source chars 1839-2425

וױיסבויס ראובן (שמאי באבערניקערס זװ)— אן ארבעטער. ער ארגאניזירט א גרופע, װאם באהאלט זיד אין די װעלדער ארום לוקאװ. ער שטרענגט אן אלע מיטלען, געפינט זיד הונדערט מאל אין געפאר מיט זײן לעבן׳ כדי צונויפזאמלען פראדוקטן פאר די פארשלאםענע ײדן אין לוקאװער געטא. מיט פארשידענע קונצן נארט ער אפ די דײטשן און ברענגט אריץ עםן צו די הונגעריקע און שמאכטנדיקע ארעמע געטא־ײדן. געװעןא פאל װען איןא בונקער, אין װאלד׳ האטא ײדישע פרוי געזאלט געבוירןא קינד. ער פארקלײדט זיד דעמאלט פארא דײטש, פארט אריץ אין שטאט צוא קריסט־

passage_9bde0d6a63008272f20b2c39