Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 523
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-654

ספר לוקןןו ו 519 רונג פון מיבםקע ר געטן ^ פירטער צום לעצטן מאל א פארטיי ע יידן, פרויען און קינדער׳ װעלכע װעח איבערפאלן אויפן װעג דורך די דייטשע תלינים. דער יונגער לאװקע הײסט דאן די ײדן זיך פארנעמען אין א זײט און אנטלויפן׳ און ער אלײן שטעלט זיך אין קאמף קעגן די דײטשע באנדיטן. נאך א לענגערן קאמף פאלט ער מיט א העלדן־טויט. דערפאר אבער האבן די ארויסגעפירטע ײדן באװיזן זיך צו ראטעװען. די געפאלענע לוקאװער העלדן ארום מינסק האבן פיל געהאלפן די פארטיזאנער אין די װעלדער, באזארגט זײ מיט ברויט, קלײדונג און געװער. דאס אלץ האבן זײ גענומען פון די װארשטאטן, װו זײ האבן געארבעט.

passage_76bad8b4481769d1080e0bd7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 656-2023

שלאכטאװיטש אברהם־משה (דער זון פון יצחק אשר מאלעמשאזש), אדער װי מען פלעגט אים רופן ״דער געלער משה״, שטאמט פון א חסידישער פאמיליע. פון זײן פרימסטער יוגנט אן װידמעט ער זיך דער ארבעטער־באװעגונג. בײ דער סאנאציע־ רעגירונג זיצט ער אפט אין תפיסה. די מלחמה באפרײט אים פון טורמע. ער פארלאזט לוקאװ צוזאמען מיט דער רויטער ארמיי, באזעצט זיך אין בריסק און בעת דעם איבערפאל פון דײטשלאנד אויף דעם ראטן־פארבאנד, טרעפט ער ארײן אין דער רויטער ארמײ און קעמפט אויפן פראנט קעגן די היטלעריסטישע פארכאפער. ער פאלט ארײן אין געפאנגענשאפט צו די דײטשן, אנטלויפט גלײך און קומט צוריק קײן מינסק. דא ווערט ער די נשמה פון דער אונטערערדישער ארגאניזאציע און װערבירט קעמפער פאר די פארטיזאנער־אטריאדן אין די װױסרוסישע װעלדער. די דײטשע באנדיטן קומען אויף זײנע שפורן און ער מיט זײנע נאענטע חברים, צװישן זײ אײדל לוקאװער, מחל פארלאזן מינסק און זיך ראטעװען בײ די פארטיזאנער, דא ווערט ער דער אנפירער פון א פארטיזאנער־אטריאד און פארשאפ ט פיל כבוד דעם ײדישן פאלק. ער ראטעװעט אויך אפ א גרויסע צאל קלײנע ײדישע קינדער, װעלכע זענען דאנק זײן שוץ געבליבן לעבן ביז נאך דער מלחמה. פאר זײנע פארדינסטן ווערט ער אײניקע מאל אויסגעצײכנט פון דער סאװיעטישער רעגירונג און אויך פון דער פוילישער מלוכה. שלאכטאװיטש אי־ געשטארבן אין װארשע אין יאר 1956.

passage_153263cbdad60efc08eb221b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2025-2959

גאלדזאק נחום (דער זון פון יענקל טשאכער), א בראווער יאד מיט א גאלדן הארץ, איז ער שטענדיק געווען גרייט צו העלפן יענעם אין א נויט • אויד אים טרעפן מיר אין מינסקער געטא, אין דער אונטערערדישער ארגאניזאציע • גאד דער דריטער אקציע פון די דייטשע באנדיטן אין מיגסקער געטא, װען נחום פארלירט זײן פרוי מיט צװײ קינדער, קען ער זיך שוין נישט איינהאלטן אויפן ארט און פאדערט ביי דער ארגאניזאציע אים צו שיקן אין דער פארטיזאנקע. ער שװערט נקמה צו נעמען אין זיינע קינדער־מערדער. ארבעטנדיק אויף א דײטשער פלאצװוקע באפאלט ער א דײטשן אפיציר און נעמט אים צו דאם געװער. צוזאמען מיט נאך חברים פון דער אונטערערדישער באװעגונג אנטלויפט ער צו די פארטיזאנער און גישט װײט פון מינסקער געטא רײסט ער אויף דעם ערשטן דײטשן עשאלאן מיט 40 װאגאגען. דער ערשטער פרװו איז אים געלונגען. נחום באעוגנט זיך נישט דערמיט. זײן נקמה־דורשט לאזט אים נישט רוען. ער זוכט

passage_68fb28ed44c6759183c78fbb