Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 526
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-606

522 םםר לוקא װ אבער יעדער איז אין שרעק און האט מורא די טיר צו עפענען. נאר עס געשעט. מענטשן הייבן אן ביםלעכווי מארויסשאח פאר דער טיר. מען טרעפט צו מקבר זייערע דערשאםענע ײדן. װאם וואלגעח זיד אין גאס. די דײטשע מערדער זענען אוועק. די שטאט איז נאר באעויצט פון דעם געשאפע־ נעס ״בירגער־קאמיטעט״. עס פילט זיך שוין א מאנגאל אין עםנװארג. מיט א מאל פאר* שםרײט זיך א קלאנג, אז די רויטע ארמײ קומט אן, זי װעט בלייבן ביי אונדז... א שטראל פון צופרידנקײט האט זיך באװיזן אויף יעדנס פנים. די 4 טעג ביז זייער אנקומען האבן זיך געצויגן ווי 4 יאר.

passage_1c6457e1894bd2331715b44a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 608-1774

עגדלעד איז דירויטע ארמיי געקומען. די גאסן זענען געװארן באלעבט פו ן מענטשן׳ די קראמען אפן. אין שטאט איז ױם־טוב. מען הײבט שוין אן פארגעסן װאם מיט עטלעכע טעג צוריק איז געװען, מיטאמאל א נייע ידיעה, דער גרענעץ־פאס װעט זיץ בײם בוג׳ נישט בײ דער װײםל. הײסט עס, מיר פאלן צוריק ארײן אין די הענט פון די דײטשע מערדער. װידער זעט מען אויף די ײדישע פנימער אויסגעגאסן א מרה־שחורה און צער. װען א טייל ײדן װילן זיך נישט צולאזן דעם געדאנק, אז דאס זאל זײן אמת, קומט אבער דער טאג׳ װאם װערט, צום גרויסן אומגליק, א פאקט. די רויטע ארמיי ציט זיך צוריק ביז איבערן בוג. אין שטאט הערשט א פאניק. פיל לויפן אוועק מיט דער רויטער ארמיי אין די צוגעגרײטע װאגאנען. אבער דער גרעסטער טייל פון דער ײדישער באפעלקערונג רירט זיך נישט פון ארט. דער טאג איז געװען א רעגנדיקער׳ א טריבער • גלײך װי די הימלן װאלטן שוין געװײנט אויפן קומענדיקן ײדישן הורבן. די׳ װאס פארלאזן זײער הײם׳ פאקן זיך אין די װאגאנען. מ׳הײבט זיך אן געזעגענען יעדער מיט זײנע גאענטע׳ מיט עלטערן׳ ברידער׳ שװעםטער׳ טייל אייד מיט פרוי און קינדער. עס שפילן זיך דערבײ אן רירנדיקע סצענע.

passage_1257076e42deadbff57dd7d2
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1776-2801

איד שטײט מיט א ביקס אנגעהאנגען אויפן ארעם — א צעבראכענער. ער װילט זיד װײנען, איד קאן אבער נישט װײינען. דאם הארץ איז װי פארשטײנערט. די שװערסטע מינוטן לעב איד דעמאלט איבער. דער פײף פונעם לאקאמאטיװ האט אט די אלע מחשבות איבערגעריסן. דער צוג פירט מיך צוריק פון מימע ליבסטע און טײערסטע. איד בירגער זיך און אין א נײער סביבה. אבער ח בענקשאפט נאד מיץ אלטער הײם נאגט בײם הארצן. די גאנצע צײט נאר איד זיד מיטן געדאנק, אז די מלחמה װעט זיד ענדיקן, װעל איד נאד מיץ צוריקקומען טרעפן אלץ, װי מיץ פארלאנג איז. אזוי זענען אוועק חדשים און יארן אין קאמף און האפענונג. ענילעד איז דער סאג געקומען. מײן הײמשטאט לוקאװ איז שוין אויך באפרײט. איצט האט מײן האפענונג מיך נישט גענארט... איך קום װידער אין מיץ אלטער הײם, זען זיך מיט די, װעלכע ב׳האב אזוי שװערלעך געזעגנט. אבער די טרויעריקע ידיעות, װאס מיר האבן באקומען נאך זײענדיק אין ראטן־ סארבאנד, װעגן די שחיטות, װאס די היטלעריסטן באגײען איבער אונתערע נאענטע,

passage_94ea531bcdbf706cf20b923e