Original scan
Original memorial-book scan 527
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-346

ספר לוקאװ 523 װעלכע מיר האבן געלאזן אץ פוילן, האבן פארםמט אונדזער םתיד און םארטונקלט אונדזער האפענונג. מיט הארץ־קלאפעניש זיצן מיר אין די װאגאנען׳ װעלכע טראגן אונדז צו אונדזער היימשטאט. מיר שרעקן זיך פאר דער מינוט, װען מיר װעלן זיך דערװיםן דעם אמת און דאך װאלט מען געװאלט װאם שנעלער דערגיק דעם אמת.

passage_82cdab5a541fa193c29e8136
Passage 2normalized OCR · source chars 348-2163

״םטאציע לוקאװ!״— רופט אוים דער קאנדוקטאר. איך כאפ זיך אויף װי םון שלאף. כ׳גלײב נישט מײנע אויגן. איך פרעג זיך אלײן: בין איך באמת שוין אין לוקאװז נארט מען מיך נישט? אלץ איז פאר מיר פרעמד, פוםט, חורבן... איך דערקען נישט דאם ארט, וװ איך האב מײנע בעםטע, בליענדיקע יארן פארבראכט. װו זענען אלע מײנע טײערע, װעלכע האבן אין יאר1939 מיך באגלײט און צוגעוװנטשן צו מיץ אפפאר קײן ראטן־פארבאנדז וװ איז דאם שטעטלז וװ איז אלץ אהין געקומעןז... פאר מידקײט זעץ איך זיך אװעק אויףא קופע קופע אלטע בלעך, װאם איז דער אײנציקער זכר׳ אז ם׳איז דא װען געװעןא ײדישער ישוב... איך דרימל איץ. איך זע דאם שטעטל מיט זײנעם אויםזען, איך זע מײנע עלטערן, ברידער, שװעםטער, שכנים, םרײנד, חברים. איך זע װי קינדערלעך שפילן זיך. עם װערט אזוי גוט... מיטא מאל װערט מיץ חלום צעשטערט. מיץ שכן אדאם װעקט מיך אױף מיט זיץ ״דזשען דאברי״ און םרעגט מיךו נאך װאם ביםטו געקומען אד׳ערז ביםט געקומען שלאפן אויף דער קופע בלעךז ער נעמט מיך בײ דער האנט און פירט מיך איבער פוםטע פלעצער באװאקםן מיט גראז, װאם מאכן דעם אײנדרוק פון אן ארט, װו ם׳האט קיץ מענטשלעכער םום נישט גע־ טראטן. ער פירט מיך צו צי אן אלטן בוים אױף דעם מאגיםטראט־הויף און זאגט מיר1 דא האבן די געשטאפא־לייט יעדן אוונט צוגעפירטא גרופע יידן אץ זיי דערשאםן. ער װיתט מיר אויך די װענט, װאם זענען באפלעקט מיט ײדיש בלוט, בלוט םון די פיצלעך קינדער, װעמענם קערפערלעך די דײטשע םאדיםטן האבן אין די װענט צע־ שמעטערט... לענגער האב אײך שוין נישט געקאנט איבערהאלטן און איך האב מײן בא־ גלײטער געפרעגט: ״וװ זענט איר געװען״ז ער האט אראפגעלאזט דעם קאפ און מ־ר געענטפערט: ״דו ביםט גערעכט, נאר איך בין נישט שולדיק״... דעמאלט איז פאר מיר אלץ קלאר געװארן.

passage_180811caf7365bdbc9d225f7
Passage 3normalized OCR · source chars 2165-3050

טראכטנדיק אזוי בין איך צוגעקומען צום גרויםן פעלד, װאם רופט זיך הײנט בית־עולם. די פאשיםטישע באנדיטן האבן דאם אויםגעקליבן פאר זײערע קרבנות. דאם איז דרײ קילאמעטער פון שטאט, אויף שװידרער װעג, בײם דארף מאלצינאװ. דאם ארט איז נישט ארומגעצוימט. שטיקער צעפוילטע מלבושים װאלגערן זיך נאך ארום. מיט א קװאל פון טרערן און מיטא צעוױיטיקט הארץ, פול מיט צארן און דארשט נאך נקמה האב איך אפשײד גענומען פון דעם ארט. צוריקגײענדיק דורך די חורבות פון מיץ ליבער געבוירנשטאט לוקאװ, האבן פאר מײנע אויגן אדורכגעשװעבט די אלע אומשולדיקע קרבנות׳ װאם די היטלער־מערדער האבן בעםטיאליש אומגעבראכט. און פונקט אזוי שטארק״ װי כ׳האב אלע מיעע װאנדער־יארן געבענקט צו זען מײן אלטע הײם, אזוי האב איך איצט געװאלט װאם שנעלער אנטלויפן פון דעם ארט״ װו מיץ אלטע הײם איז געשענדעט און פארװיםט געװארן. ריכבאך, 1947.

passage_d858ad7b6b2b707205feb354