Original scan
Original memorial-book scan 528
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1214

משה צוקערמאן ,שיר העמק״ די ערשטע צהײ קאנצענטראציע־לאגערם אין פראנקרײך זענען געשאפן געװארן אין 1941. זײ האבן זיך געפונען אין פיטיװיע און אין באן לא ראלאנד. דעם 14טן מאי 1941 האט מען דארט אינטערנירט די ערשטע סס50 בירגער. אפילו אזעלכע׳ װאס די םאנאציע־רעגירונג האט בײ זײ צוגענומען די פוילישע בירגערשאפט. די געםאנגענע אין די לאגערם האבן זיך ארגאניזירט. אזוי, למשל׳ איז אין לאגער םיטיװיע, וװ אויך איך האב זיך געפונען, געשאפן געװארןא הילפם־קאמיטעט, װעמענס אויפגאבע עם איז געװען צו העלפן די נויטבאדערפטיקע חברים. פון די פעקלעך, װאס מיר האבן באקומען פון דרויםן, האט מעןא טײל אפגעגעבן פארן הילפם־קאמיטעט. אין לאגער איז אויך געשאפן געװארןא קולטור־קאמיסיע. די קולטור־קאמיסיע האט אײנגעארדנט פארלעזונגען, רעפעראטן. עם איז געװען טעטיקא לײען־זאל. די קולטור־קאמיםיע האט אויך געשאפןא דראמקרית, װו מען האט געגעבן ײדישע טעאטער־ םארשטעלונגען, װי, למשל, פרצעם ״בײנאכט אויפן אלטן מארק״, שלום עליכמס ״טוביה דער מילכיקער״, אז עם איז נײטיק נעװעןא פרוי צוא ראל, האט מען ארײנגעשמוגלט א פרוי, עם איז אויך געשאפן געװארן אן ארקעםטער אונטער דער אנפירונג פוןא דירי־ גענטא םפעציאליםט.

passage_2ceec840b36a4828552ae6bd
Passage 2normalized OCR · source chars 1216-2345

אין לאגער איז געשאםן געװארןא קאנטינע, װד מען האט באקומען צו קויפן פאר־• שידענע קלײניקײטן. אינטערעםאנט, אז אין פיטױויער לאגער האבן זיך געפונען קינסטלער׳ װאם האבן אויסגעארבעט םיגורן און פעדערהאלטערם מיט דער אויפשריפט ״פיטיװיע׳ 15.541״ אלס ״אנדענק״ פאר די נאענטע, פאר די פרויען און קינדער אין דרויסן. אויםער דעם איז טעטיק געװעןא םפארט־קלוב פאר ױגנט,א גערטנער־אפטײלונג, װאס האט זיך פארנומען מיט פלאנצן און פלעגן פארשידענע געװיקםן אויפן שטח פון לאגער— אפשר מיט דער שטילער כװנה פון הכשרה, עולה צו זיץא מאל קיץ אר׳ו*־ ישראלז א גרופע ײדישע דאקטוירים האט ארגאניזירט מעדיצינישע הילף. געװעןא שנײדער־װארשטאט,א שוסטער׳א פריזירער און ענלעכע װארשטאטן. אין לאגער פץ פיטױויע זענען געװען ארגאניזירטע גרופעס פון אלע ריכטונגען־ צױניסטן, בונדיםטן׳ קאמוניסטן. אין לאגער פיטיװיע זענען אויך געשאפן געװארן םפעציעלע לידער׳ װאס האבן אפגעשפינלט אונדזער לעבן. איץ מאל האט מען געבראכט צו אונדזא ײד פון ארץ־ישראל מיט אן ענגלישן פאםפארט. אלע זענען געלאפן אים אנקוקן און אזוי ארום אפנעמעןא גרוס פון אויס־ 524

passage_2ea85a123fe665926315ae69