משה צוקערמאן ,שיר העמק ״ די ערשטע צהײקאנצענטראציע־לאגערן אין פראנקרײך זענען געשאפן געװארן אין 1941 . זײ האבן זיך געפונען אין פיטיװיע און אין באן לאראלאנד . דעם 14טן מאי 1941 האט מען דארט אינטערנירט די ערשטע סס 50 בירגער . אפילו אזעלכע ׳ װאס די םאנאציע־רעגירונג האט בײ זײ צוגענומען די פוילישע בירגערשאפט . די געםאנגענע אין די לאגערן האבן זיך ארגאניזירט . אזוי , למשל ׳ איז אין לאגער םיטיװיע, ווו אויך איך האב זיך געפונען , געשאפן געװארן א הילפס־קאמיטעט , װעמענס אויפגאבע ע ם איז געװען צו העלפן די נויטבאדערפטיקע חברים . פון די פעקלעך , װאס מיר האבן באקומען פון דרויסן , האט מען א טייל אפגעגעבן פארן הילפס־קאמיטעט . אין לאגער איז אויך געשאפן געװארן א קולטור־קאמיסיע . די קולטור־קאמיסיע האט אײנגעארדנט פארלעזונגען , רעפעראטן . ע ם איז געװען טעטיק א לײען־זאל . די קולטור־קאמיםיע האט אויך געשאפן א דראמקרית , װו מען האט געגעבן ײדישע טעאטער־ םארשטעלונגען, װי , למשל , פרצע ם ״בײנאכט אויפן אלטן מארק״ , שלום עליכמס ״טוביה דער מילכיקער״ , א ז ע ם איז נײטיק נעװען א פרוי צו א ראל , האט מען ארײנגעשמוגל ט א פרוי , ע ם איז אויך געשאפן געװארן א ן ארקעםטער אונטער דער אנפירונג פון א דירי ־ גענט א םפעציאליםט .
אין לאגער איז געשאפן געווארן א קאנטינע, װוּ מען האט באקומען צו קויפן פאר־ שידענע קלײניקײטן. אינטערעסאנט, אז אין פיטױויער לאגער האבן זיך געפונען קינסטלער׳ װאס האבן אויסגעארבעט םיגורן און פעדערהאלטערם מיט דער אויפשריפט ״פיטיװיע׳ 15.541״ אלס ״אנדענק״ פאר די נאענטע, פאר די פרויען און קינדער אין דרויסן. אויסער דעם איז טעטיק געװען א םפארט־קלוב פאר ױגנט, א גערטנער־אפטײלונג, װאס האט זיך פארנומען מיט פלאנצן און פלעגן פארשידענע געװיקםן אויפן שטח פון לאגער — אפשר מיט דער שטילער כװנה פון הכשרה, עול ה צו זיץ אמאל קיץ אר׳ו* ־ ישראל ז א גרופע ײדישע דאקטוירים האט ארגאניזירט מעדיצינישע הילף. געװען א שנײדער־װארשטאט, א שוסטער׳ א פריזירער און ענלעכע װארשטאטן. אין לאגער פץ פיטױויע זענען געװען ארגאניזירטע גרופעס פון אלע ריכטונגען־ צױניסטן, בונדיםטן׳ קאמוניסטן. אין לאגער פיטיװיע זענע ן אויך געשאפן געװארן םפעציעלע לידער׳ װאס האבן אפגעשפינלט אונדזער לעבן. איץ מאל האט מען געבראכט צו אונדז א ײד פון ארץ־ישראל מיט אן ענגלישן פאספארט. אלע זענען געלאפן אים אנקוקן און אזוי ארום אפנעמען א גרוס פון אויס ־ 524