Original scan
Original memorial-book scan 534
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1103

530 םםר לוק*ו ו — יא׳ אי דלעב — האבא יד געענטפערט — אדן איך בין געקומען קי ץ לוקאװזיד זען מיט אייד׳אץ אפנעמען א גרום פון די לוקאװער יידן.. . מיר האבן אים געלאזט שטיין און געגאנגן װייטער, צום געריכטהויז, צו דער סטא• ראסטװע און צום קאשטשאל. און דא האט זיך פאר אונדז אנטפלעקט דער גאנצער חורבן אקאװ, מיט אץ אויגנבליק האבן מיר דערזען װאם עס איז געשען מיט אונדזער שטעטל — די גאנצע װארשעװער גאס׳ די כענטשינםקעגא ביז דער יאטקאװער גאס, מעזריטשער גאס, דער מארק — אלץ איז אפגעמעקט, װי קי ץ מאל װאלט דא קײן הויז נישט געשטאנען. בלויז בערג מיט שטײנער און ציגל. מיר הייבן אן שרײען איינער צום צװײטן: ״זע, ברודער, דאַכט זיך, אז דא איז געװען דעם טאטנם געװעלב״. ״און דא האט געארבעט דער פעטער תד״. — און דא — שרײט מיץ ברודער — האבן מיר דאד געוװינט! און אט איז דער שולהויף. נישט קיץ שול׳ נישט קײן גרויס בית־מדרש, נישט קײן קלײן בית־מדרש. מיט אויסגעהאקטע שויבן, אן אראפגעריסענער דאך און ארויסגערי־ סענע פאדלאגעם שטײט דער מקום־קדוש, װאם מ׳האט פארװאנדלט אין אן אפטריט...

passage_bbd6183f7bdcfbb74bc762ab
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1105-2387

מיר גײען ארוים אויף מעזריטשער און מיר װילן דערקענען די הײם, ווו מיר האבן איבערגעלאזט די עלטערן, די שװעסטער און ברידער. אבער חוץ קופעם שטײנער און פארברענטע ציגל געפינען מיר גארנישט. װידער באגעגענען מיר באקאנטע קריםטן, און אלע האבן זײ איצ פראגע: ״זשליעש״? פונקט װי דאם פארקערט װאלט געװען נאטירלעד. מען זאגט אונז ווו מיר קענען טרעפן עטליכע ײדן. פון זײ װערן מיר געװיר, אז פץ די משפחות בורקוטײן און זובראוױטש איז קײנער נישט געבליבן. זײ דערצײלן, אז די טויטע האט מען ארויסגעפירט קיץ מאלצינאװ און דארט האט מען זײ באגראבן. דאס ארט איז נישט ארומגעצוימט און דארט געװעלטיקן די הפקרדיקע הינט. מיר באשליסן צו פארן אויפן מאלצינאװער מאסן־קבר. מיר באזארגן זיך מיט א פערד־און־װאגן. מיר נעמען מיט זיך אײד א פאטאגראף. ♦ אויפן װעג קיץ ראדזין, 4 קילאמטער פון לוקאװ, אויף דער לינקער זײט, געפינט זיך דאס פעלד װאס הײסט מאלצינאװ. דער שטח איז א זאמדיקער, אן א בוים און אן א קוםט. איך געדענק נישט אז אמאל, אויף די מאי־אויספלוגן, זאל עמיצער פון אונז האבן דארט פארבלאנדזעועט. איך בין יא איצ מאל געװען אין יענער געגנט, אבער אויף דער אנדערער זײט פון שאםײ, באלד נאד דעם ארט ווו עס װױנט דער ״היצעל״. און געװען איז די געשיכטע אזז 4

passage_1650de57893dacc2177d78b4
Passage 3normalized OCR · source chars 2389-2560

איד האב געהאטא קליעעם ברודער נח, איז ער קראנק געװען אויף דער ״ענגלישער קרענק״— ער האט נישט געקאנט גיץ, נאר גערוקט זיד אויפן הינטן. האבן דאקטוירים

passage_78032b4a0f44c2e7c5f15286