Original scan
Original memorial-book scan 533
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1047

ססר לוקאו ו 529 אפטיילונג בײם יידישן קאמיטעט אין נידערשלעזיע, האב איך געהאט רעכט צו טראגן בײ זיך געװער), און דעם 10טן נאװעמבער 1946 זענען מיר אפגעפארן קײן לוקאװ. קײן לוקאװ זענען מיר אנגעקומען פאר נאכט. װען מיר זענען ארויס פון װאקזאל, זענען מיר געבליבן שטום און דערזען דעם ערשטן םימן פון חורבן: נישטא קײן אי״ץ ײדישע דראזשקע, קײן אי״ץ ײדישער שליטן. און אמאל פלעגן דא װארטן א 15 יידישע דראזשקאזשעם מיט זייערע דראזשקעס און שליטנס. אײן זאך פון אמאל איז יא פאראן ז דער װײסער שנײ. ער ליגט גלײך און אומבארירט. װער װעט דער טרעטאן אויף אים? נישטא די יידישע פיס, װאם פלעגן דא איבערלאזן אין אים זייערע שפורן. און אז ױי זענען נישטא — טא װער װעט קומען ז ערגעץ אין א װינקל האבן מיר יא באמערקט עפעס א שליטן מיט אן אויםגעדארט פערדל. דער אלטער גוי איז דארט געזעסן רײק א מ געדרימלט. אים איז זיכער נישט אײנגעפאלן, אז אין דעם װינטער־פארנאכט זאלן דא זיך באװימן צװײ ײדן, צװײ לוקאװער ײדן. היטלער האט דאך אלע ײדן אויםגעהרגעט.

passage_7165acd08b71b3055e5a8e74
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1049-2397

אידה באזיך אנגערופן צום ברודער, אז מיר דארפן דא איבערזיצן די נאכט. װארעם װוהין װעלן מיר דא גימבײ נאכט, צו װעמען? מיר זענען ארימ אין װארטזאל. ער איז געװען פול מיט גוים, װאם האבן גערײכערט און געטרונקען. א טייל פון די איז געװען טויט־שיכור. מיר האבן אנגעהויבן זוכן א פנים, װאס זאל אונדז עפעס זאגן, אויגן, װאס זאלן א װינק־טאן: ״עמך״, אבער אומזיסט. מיר האבן זיך געזעצט אין א װינקל, מיט די פנימער אומגעדתיט פונעם זאל, כדי מען זאל נישט דערזען, אז מיר זענען ײדן. באגינען׳ װי נאר עס איז געװארן א ביסל ליכטיק, זענען מיר אװעק אין דער ריכטונג צו דער שטאט. מיר זענען געגאנגען דורכן ״קאליע־גאם״, לענג־אױם ליגט דער גלײכער שנײ. ער האט אײנגעהילט די בענק, װאס זענען אונדז באקאנט פון די יונגע יארן. װער פון אונדז איז דארט נישט געזעסן? װער פון אונדז האט דארט נישט םארבראכט? דאם איז דאך געװען דער טרעפפונקט פאר אלע ױגנטלעכע, מיר קומען צו צו דעם װעג, וראס פיר ט פמ אים מיט קײן שעדלעץ, און פון דער צװײטער — אין אונדזער שטאט ארײן. אלץ איז דא װי געװען. די הײזער זענען גאנץ און געמאלן: די לאדנס זענען פארמאכט. בײ אונדז האט זיך אויפגעװעקט א האפענונג: און אפשר דאך? אפשר געפינען זיך הינטער די פארמאכטע לאדנס לוקאװער יידן — זאל זימ נישט קײן נאענטע, אבער פארט לוקאװער ײדן?

passage_1d66eab704bee1d07b0d8911
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2399-3065

אבער אט די האפענונג איז גלייך צערונען. אפגײענדיק עטליכע מעטער האבּן מיר באגעגנט דעם ערשטן לוקאװער פאאאק. איך האב אים גלייך דערקענט: דאס איז קח־טשיק, א לערער פון דער לוקאװער גימנאזיע. ער האט זיך אפגעשטעלט און נישט געװוּסט װאס צו טאן מיט אונדז. איך האב שוין געװאלט אויסשטרעקן די האנט און פרעגן: ״פאניע קרוטשיק, צי לעבט װער פון אונזער פאמיליע״? אבער ער שטעלט זיך אװעק אין דער גאנצער ברייט און זאגט מיט א געדעמפטער שטימע: ״יודקא, זשייעש״ז (יודקע, דו לעבסט?), און אין דער גרימאסע אויף זיין פנים האב איך דערקענט, אז ער מיינט עפעס אנדערש: װי אזוי האט היטלער נאך איבערגעלאזט ײדן ז.

passage_1f47444b299cfad40229d86b