Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 535
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1180

םסר ױקאו ו 531 געזאגט, אז ער דארף נעמען זאמד־בעדער • אבער װי מאכט מען זאמד־בעדער אין לוקאװ האט עמיצער דערציילט, אז באלד נאכן ״היצעל״, אויפן ראחינער װעג, איז דא א פאלאנקע פם בלויז זאמד׳ א מ דארט איז גוט צו מאכן זאמד־בעדער. אזוי װי מיינע עלטערן זענען געװען פארנומען, איז אויף מיר, דעם עלטםטן ימ, געפאלן דער גורל צו נעמען דעם קלײנעם נחן און טראגן אים צו די זאמדן. אלע אין לוקאװ װײםן, אז נח האט קלײנערד.ײט נישט געקענט גיין אויף די סים. און אלע װײםן אויך, אז נח איז אויסגעװאקםן אלם אײנער פמ די אנפירערם פון לוקאװער בית״ר. נישט װײט פמ יענעם ארט, װו איך האב אים געד.ײלט מיט די זאמד־בעדער, האט מען אים אין די זעלבע זאמדן באד,אלט אין זיינע ױנגע יארן — א דערשאםענעם, און אפשר גאר נאך א לעבעדיקן. * מיר זענען אנגעקומען קיין מאלצינאװ. די פור איז געבליבן שטײן מיר זענען אראפ און דערזען דאס גיהנום־בילד: דאס גאנצע פעלד, ווו נאר דאס אויג האט געגרײכט, איז געװען באדעק ט מיט מענטשלעכע בײנער, אברים און האר. אויף עטלעכה ערטער זענען װאם אן אמת געװען עפעס ענלעך צו קברים, אבער מעםטנטײל זענען זיי געװען אויפגעריסן, צעגרובן א מ צעװארפן.

passage_3ebb1decf437661be2161191
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1182-2360

מיר האבן געפרװוט מאכן א שטיקל ארדענונג, צוזאמעננעמען די בײנער און באהאלטן זײ אין זאמד, פארשיטן די אפענע קברים. אבער מיר האבן אײנגעזען, אז דאס איז ארויםגעװארפענע ארבעט, אײדער מיר האבן געענדיקט ברענגען אין ארדענונג א קבר, האט דער װינט שוין אראפגעיאגט דאס זאמד פון א צװײטן קבר. מײן ברודער יוסף האט ארײנגעלײגט אין זײן טיכל עטליכע בײנער, כדי אװעקצו־ פירן זײ קײן בעלגיע און זײ קובר זײן אויפן בריסעלער בית־עולם. קומענדיק צוריק קײן לוקאװ זענען מיר אריץ אין מאגיסטראַט. דער בורמיסטרש איז געװען מײנער א באקאנטער, א שכן פ מ מיץ שװער ע״ה. אגב, איז ער געװען א פראגרע־ סױוער מענטש. מיר האבן אים דערצײלט װאס מיר האבן געזען אין מאלצינאװ. ער האט אונח אויסגעהערט און זיך אנגעחפן, ^ די אײנציקע עצה איז צו מאכן א פארקן ארום דעם בית־הקברות, אבער לײדער — גיט ער צו — האט דער שטאטראט נישט קײן געלט דערויף. אױב מיר װעלן באקומען םמװארשעװער ראבינאט א דערלויבעניש, אז דאס איעציקע בית־מדרשװװעם איז איצט א קלאזעט, זאל איבערגעגעבן װערן דעם מאגיס־ טראט אויף א םקלאד, װעט זיך אים אפשר אײנגעבן צו באקומען געלט אויף א פארקן ארום דער מאלצינאװער פעלד.

passage_351c06805400749bed06a240