Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 541
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1244

דער יזכור־אװנט אין ריכבאך דעם 17טן יוני1947 איז דורכן קאמיטעט פון די לוקאווער ײדן אין ריכבאד אײנ־ געארדנט געװארןא יזכור־אװנט פאר די קדושים פון לוקאװער געטא. צו דעם יזכור־ אװנט זענען ארויםגעשיקט געװארן אײנלאדונגען צו אלע לוקאװער, װאם געפינען זיד אין פוילן און פיל לאנדםלײט אונדזערע זענען טאקע םפעציעל געקומען צו פארן קיץ ריכבאד אויף דעם יזכור־אװנט• צו דעם אװנט זענען אייד געקומען ײדן פון שכנותדיקע שטעט און שטעטלעד ארום לוקאוו. אזוי זענען געקומען ײדן פון ביאלע־פאדלאםק, פון מעזריטש, שעדלעץ, פאר־ טשעװ און אנד. בײא פול געפאקטן זאל אץ אויםערגעװײנלעכער שטילקײט עפנט דער ח׳ הובערמאו דעם טרויער־אװנט מיטא פאר הארציקע װערטער װעגן דעם ציל םמ אונדזער צוזאמענ־ קומען• דאם ערשטע װארט באקומט דער עלטםטער חבר אונדזערער און געזעלשאפטלעכער טוער פון לוקאװ, ירחמיאל לאנדםבערג, װעלכער איז מםפיד די געפאלענע לוקאװער ײדן, די קדושים וטהורים, װאם זענען געגאנגען אויף קידוש־השם. זײער אן אינטערעםאנטן רעפעראט װעגן דעם אנטײל פון לוקאװער אין די פארטי־ זאנער־קאמפן האלט דער פארדינםטפולער קעמפער און פארטיזאנישער פאליטישער פירער (פאליטרוק) אברד,ם משה שלאכטאװיטש. דער עולם הערט אים אוים מיט גרוים אויפמערקזאמקײט.

passage_c7c8f8c40d74ce6bf4960fdd
Passage 2normalized OCR · source chars 1246-1885

אן איבערבליק איבעח שטעטל לוקאװ גיט דער פארשטײער פונעם ארטיקן ײדישן קאמיטעט ח׳ לעװיט. דערנאך שטײען אלע אויף פון די ערטער און עם װערט איבער־ געלײענט די שבועה פון די לעבנגעבליבענע לוקאװער ײדן צו פאראײביקן דעם אנדענק פמ די לוקאװער קדושים. אלע אנװעזנדיקע זענען שטארק גערירט פון די פשוטע און הארציקע װערטער, אוןא לאנגע צײט דערנאד געפינט זיך דער עולם אונטער דעם אײנדרוק פמ דעם פײערלעכן מאמענט. דער טרויער־אװנט װערט פארענדיקט מיט לידער פון געטא, װעלכע שטרײכן נאד מער אונטער די צוגעבונדנקײט פון דער לוקאװער שארית־הפליטה צו זײער שטעטל און אמאליקן עבר. פינטשע 537

passage_52e352f5d46083558a4e1957