Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 586
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1087

םסרלוקאו ו צװישן די ניי ע מיטגלידער פון לוקאווער פאראײן געדענק איך די נעמען פון: יודל פלוג. ױדל װאלאנד, שמחה הערשבערג, ניסן הערשבערג, חיים גרינבוים, לייבל באטשאן. מענדל ארלינסקי, סידני הערשבערג. אלע פיינע איבערגעגעבענע מענטשן, און זײ, בראש מיט מאטל פעלדמאן, טוען איצט די װיכטיקסטע ארבעט פון פאראײן. מען דארף פארשטיין, אז א םך פון די אלטע מיטגלידער זענען שוין, לײדער, נישטא, און די, װאם זענען געבליבן, ביז 120, זענען שוין נישט װיע ר אקטיוו צוליב זײער עלטער. איז טאקע נאר צו פארדאנקען די יינגעערע, שפעטע ר געקומענע לוקאווער, װאס די ארבעט פון לוקאווער פאראײן ווערט װייטער פארגעזעצט מיט דערפאלג. אויך איך האב צוליב מיץ שוואך געזונט־צושטאנד זיך געמוזט צוריקציען פון פארזיצער־אמט, אבער אין די ראמען פון מיפע מעגלעכקײטן באמי איך זיך צו זיץ טעטיק. אויך מיץ ליבה פרוי, ראז פעלצמאן איז אקטיוו אין פאראײן. זינט דעם יאר 1955 איז זי די פראטאקאל־שרײבערין פון דער לוקאװער סאםײעטי. * נישט לײכט איז אינדז געװען צו באםרײזנ פרײנד גדלי ה פעלצמאן פון זײן אס ט אלס םארזי ־

passage_f322ef8913c3f571b48a7ceb
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1089-2053

צער פון לוקאװער םאראײן. אבער זעענדיק, אז זײן געזונט־צושטאנד װערט שװאכער און די זארג םאר דער םאםײעטענרײסט ארונטער זײן געזונט, האבן זײנע פרײנד באשלאםן אים מער נישט צו באלעסטיקן. אבער אםילו איצט, זיצנדיק אין שטוב, םירט ער אן, צוזאמען מיט זײן ליבער פרוי ראזא פעלצמאן, מיט די טעטיקײטן פון אלע קאמיסעטם פון דער סאסײעטע. מיר אכט ן זײער אונדזער ליבן גדלי ה פעלצמאן פאר זײן געטרײשאפ ט צו די לוקאװער אין דער גארער װעלט, א ץ ספעציעל אין ישראל. זײן שטארקסטער װונטש איז א שטענדיקע צוזאמען־ ארבעט פון אלע לוקאװער. ער האט די גרעסמע פארדינםטן פארן אקטױויזירן די ײנגע רע מיטי גלידער, די געקומענע אין אמעריקע נאך דער נטער װעלט־מלחמה. מיר װעלן שטענדיק געדענקען און אפשאצן זײן איבערגעגעבענע ארבעט אלס פארזיצער. מיר װינטשן אים א װזיך, אז ער זאל צוזאמען מיט זײן פרוי נאך זײן מיט אונדז לאנגע, לאנגע יארן. מ. פעלדמאן יעקב בראון הילף פון לוקאװער פאר לוקאװער

passage_0e9b60a46e0ca0f54f0febbd
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2055-2482

װען איך בין אנגעקומען אלס אימיגראנט אין די פאראײניקטע שטאטן, האב איך דורכגעמאכט די זעלבע יסורים, װאס יעדער נײ־געקומענער ארבעטער. איך בין געװען עלנט און אלץ און געװען גליקלעך, אז איך האב פארדינט 5 טאלער א װאך, גלײכצײטיק האב איך שטארק גענומען בענקען א הײם. איך האב אנגעהויבן זוכן לאנדםלײט, און איך האב זיך דערװוסט, אז אין נױ־יארק זענען פאראן לוקאװער ײח. צװישן זײ האב איך

passage_2f9cf10cb9781dd8ba813160