םפר לוקאװ 595 א שװעת הארץ־אטאק• נאך גרויסע באמיונגען האט מען אים אפגעראטעװעט. אבער יאר צייט איז ער געבליבן אין בעט. דער ױדענראט אין בריסל האט אים צוגעשיקטא צעטל, אז ער זאל זיד צושטעלן. די האבן אים גאראנטירט, אז די װעלן אים אפלאזן. מיטא טאג םריער האט מען טאקע צוריק אהײמגעשיקט עטלעכע קראנקע. ער איז אבער געװארן דעפארטירט קײן מאלין• קײן װײטערדיקע ידיעות װעגן אים זענען נישטא. * נאד עטלעכע װערטער װעגן זײן זון. אבראשע גאלדגעװיכט איז געװען דער הויפט־פאראנטװארטלעכער בײם אויסשולן קאדרען פאר דער װידערשטאנד־באװעגונג אויף דער ײדישער גאס. ער האט אויד געהערט צום גענעראל־שטאב פון דער בעלגישער רעזיסטאנס. אין דער פארטיזאנער־ ארמײ איז ער געװען פארטרעטער פון קאמענדאנט פון בריסל אין אנהײב 1943. שפעטער װערט ער איבערגעשיקט קײן ליעזש׳ וװ ער װערט קאמענדאנט איבערן גאנצן קויא־ געביט פון װאלאניע. איןא צײט ארום איז ער אין מאנס םאראנטװארטלעד פאר דער באװאפענונג.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-978
passage_de30a7f45def4d63a454352e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 980-1688
בעת אן אקציע אין מאנספאלטער אריץ אין די הענט פון דער געשטאפא צוליר א מסירה פון א פאררעטער. מען האט אים שרעקלעך געפײניקט, אבער ער האט אויס- געהאלטן און עקשנותדיק געשװיגן. װען זײ האבן זיך פון אים גארנישט געקענט דערװיסן נאד4 מיט א האלב ן חודש טארטורן, האט מען אים פארמשפט צום טויט דורך הענגען. די עקזעקוציע איז געװארן באשטימט אויפן 6טן ױני 1944, אבער צוליב דער פלוצימ- דיקער לאנדונג פון דער אמעריקאנער ארמיי אין פראנקרײך, װערט די טורמע פון מאנס שנעל עװאקוירט. דעם 5טן ױני, גלײך נאך דער באפרײונג, האט א פראנצויזישער מאיאר געפוגען צװישן די אקטן זײן ״ענין״. מען האט אים מיט אן אװיאן געבראכט קײן בריסל. ישעיה כהן
passage_f781a9bb85a7166c61b5e236