Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 601
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1207

םםר לוקאוו 597 טישע פרוי, ציף־י געראטענע קינדער. ביידע האבן געלערנט אין גימנאזיע. איטשע פלעגט זיך אינטערעםיח מיט געזעלשאפטלעכע אמ קולטור־ענינים— אויף װיפל די צייט האט אים דערלויבט. דער צװײטער ברודער, חיים מאיר, איז געװען אן אױטאדידאקט, מיטא םך װיםן און קולטור. די גאנצע צײט האט ער אװעקגעגעבן אויף געזעלשאפטלעכער ארבעט, װיא םאלדאט אויף דער װאך האט ער אפגעהיטן דאם קולטור־הויז. װען מען פלעגט אים פרעגן פאר װאם ער האט נישט חתונה, האט ער געענטפערטו ״ערשטנם, האב איך נישט קיץ צײט. צוױיטנם, קאן איך נישט איבערלאזן דאם פארמעגן (געמײנט דעם קולטור־פאראיץ), און דער עיקרוא וױיב נעמט צו בײם מענטש זיץ גאנצע פרײהײט, אץ דאם ביםל פארגעניגן, װאם זי גיט דערפאר, האט נישט דעם װערט״. קיץ מאטעחעלע זארגן האט חײם מאיר נישט געהאט; דער עלטערער ברודער האט אים אויםגעהאלטן. יעדן טאג,9א זײגער אין דער פרי, האט ער געעפנט דאם קולטור־הויז, און12 בײ נאכט האט ער עם פארשלאםן. דעם גאנצן טאג האט ער געפירט דיםקוםיעם װעגן פארשידענע ענינים. קיבעצער און םתם לײדיק־גײער האבן בײ אונח אין שטאט נישט געפעלט. אײן מאל האט מען מיר אין קולטור־הויז אפגעגעבןא ברײטן מזל־טובן חײם־

passage_5684f202fcaa19147b2bee35
Passage 2normalized OCR · source chars 1209-2415

מאיר גרײט זיך חתונה האבן מיט דער פרײלין שידלאװםקא. ער באקומט נדן,א דירה, א גלאזװארג־געשעפט. אבער חײם מאירם פארהייראט לעבן האט לאנג נישט געדויערט. דאם געשעפט, װאם ער האט באקומען, איז תמיד געװען פארמאכט. ער האט נישט געהאט קיץ צײט עם צו עפענען. דאם ױנגע וױיבל פלעגט זיצן אײנע אליץ אין שטוב ביז שפעט אין דער גאכט, וױיל חײם מאיר איז געװען פארנומען מיט זיצונגען און פארזאמלונגען. מיר פלעגן אים יאגן, ער זאל גיץ אהײם. ם׳איז נישט שיץ אזוי זיך צו פירן מיטא ױנגער פרוי. ער האט געענטפערט, אז מ׳קאן נישט אװעקגײן אין מיטן פוןא זיצונג, אז דאם װײב װעט נישט אנטלויפן. אבער זי איז יא אװעק פון אים. חײם מאיר האט װידער געפונען דאם טײערםטע פאר איםו די פחיהײט... חײם מאיר איז געװעןא גרויםער אנהענגער פון דער דײטשער ליטעראטור׳ און במילא— פון דײטשן פאלק. ער פלעגט טענהן, אזא פאלק, װאם האט פץ זיד ארויםגעגעבן אזעלכע געניאלע דיכטער, פילאזאפן און מוזיקער, קאן נישט זיץ שלעכט. דאם איז נאר פראפאגאנדע פון די ״ליגקע״. אבער װי מיר האבן זיך שפעטער דערוװםט, האבן די גוטע דײטשן אים געגעבן די אמתע ״קולטורעלע״ לעקציע פון םאדיזם... כבוד זיץ אנדענק! י. זוכרןןװימש

passage_d0ce5659a4a7ec899cdb1280