שלמה זאקאליק שלמה זאקאליק, דער זון פון ראובן און רײזל, איז געבוירן אין יאר 1895 אין לוקאװ. אלט זײענדיק 4 יאר װערט ער פאריתומט פון פאטער. פון דאן אן הײבט זיך אן דער שװערער טאגטעגלעכער געראנגעל פון דער אלמנה מיט די 7 קינדער. שלמה האט נישט געהאט קײן מעגלעכקײט צו באקומען א נארמאלע שול־דערצױנג. אבער זײן דורשט צו װיסן האט אים געשטויסן אויפן װעג פון זעלבסטבילדונג. אין זײן פרײער צײט לײענט ער א םך ביכער און צײטונגען. שלמה זאקאליק גאר ױנ ג איז שלמה געװען װען ער איז געגאנגען ארבעטן נישט נאר צו פארדינען פאר זיך, נאר אויך צו העלפן דער מוטער. אויך דאן געפינט ער צײט צו לײענען און לערנען זיך, באקענען זיך מיט די פאליטיש־םאציאלע פראבלעמען פון די ארבעטער אין פוילן. נישט קענענדיק געפינען קײן געהעריקע באשעפטיקונג אין לוקאװ, פארט שלמה אין יאר 1912 אװעק קײן װארשע, װו ער באקומט ארבעט. אין 1915 האט ער חתונה און באזעצט זיך װידער אין לוקאװ. ער ארבעט בײ די 600
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-985
passage_9be09b10c434cad6b9d81331