Original scan
Original memorial-book scan 609
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-985

ססר לוקא װ 605 בערל איז געװען א שװאך קינד. װען ער איז אלט געװען 8—9 יאר איז ער אראפ* געפאלן פ ח א הוידלקע און עס האבן זיך גענומען ביי אים באױמען די סימנים סו ן א הארב. מען האט אים אװעקגעגעב ן צו א שוםטער לערנען זיך דאם פאך. נאך א יאר האט זי ד ארויסגעװיזן, אז מען האט אים גארנישט אויסגעלערנט. ער האט בלויז געהאלפן דער באלעבאםטע־אויסגעקער ט די שטוב, ארויםגעטראגן דאם מימט און אכטונג געגעבן אױף די קינדער, דאן האט מען בערלן אפגעגעבן צו א צװײטן שוםטער אויף גאנצע דריי יאר מיט עסן און שלאפן. נאך די דריי יאר האט אים די שװעסטער געדונגען א בוידעם־שטיבל און בערל איז געװארן א זעלבשטענדיקער שוםטער. און אט דאם בוידעם־שטיבל איז געװארן א קולטור־צענטער אין שטאט, םפעציעל פאר די ױגנטלעכע. דארט האט מען שטענדיק געקענט טרעפן א 10—15 חברים, װאם האבן דיםקוטירט איבער פארשידענע אנגעװײטיקטע פראבלעמען. יעדעס בעסערע בוך איז קודם־כל געװארן איבערגעלײענט ביי ליפן אין בוידעם־שטיבל,

passage_5dfa4ae301ff7b4b363b9048
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 987-1399

עם איז געװארן צו באורנדערן בערלען, װאס האט נישט געהאט קיץ שום בילדונג אחוץ עטלעכ ע יאר חדר, און האט פארמאגט אזא פילנדי ק הארץ פאר ליטעראטור. קײנער פון אונז האט נישט געקענט אזוי שײן און קלאר פארלײענען א ליד אדער א נאװעלע, װי דאם האט געטאן בערל. אויסער דעם האט בערל געהאט אן אויםערגעװײנלעד גוטן זכרון. אין שײכות דערמיט װיל איך אײך דערצײלן פאלגנדיקע געשעעניש,

passage_04cc5a71ddfe333471b723d6
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1401-2652

אין אײנעם א פסח האבן מיר זיך פארזאמלט בײ ליפן א מאן 15, כדי אדורכצו־ ארבעטן געארג בראנדעםעס קריטיק איבער דער אײראפעאישער ליטעראטור. מיר זענען געזעסן אויפן בעט, אויפן טיש, אויפן װארשטאט. בערל איז געװען דער פארלײענער. נאר עטליכע שעה פון לײענען און דיםקוטירן זענען מיר געװארן מיד און באשלאסן אפרוען זיך, ד. ה. אנטשפאנען זיך מיט שמועסן װעגן אנדערע ענינים. עמעצער פון די אנװעזנדיקע, משה פינקלשטײן אדער משה גאטעםדיגער, האט געטאן א פרעג: ״װער פון אײך קען ״שיר־השירים״ פון אויסנװײניק זײנ ט איז דאך פסח״. קײנער האט נישט געענטפערט. נאר בערל האט זיך אויפגעשטעלט און דערקלערט, אז ער איז גרײט צו זאגן ״שיר השירים״ פון אויסנװײניק, און דערצו — פונעם סוף אויף צוריק! פון אנהײב האבן מיר געמײנט, אז ער מאכט חוזק, אבער ער האט גענומען זאגן ״שיר השירים״ אנהײבנדיק פונעם לעצטן װארט אויף צוריק, און מיר זענען געװען דערשטוינט ז ער האט קײן איצ טעו ת נישט געמאכט. אויף דער װאנ ט בײ בערלע ן אין שטוב איז געהאנגען זײנס א בילד מיט עטליכע געדרוקטע שורות פון אוגטן: אײנזאם זיץ איך, אליין. װער קען מײן װײטיק פילן ז װער קען מיץ צער פארשטיץ ז צי די 3 שורות זענען געװען זײץ אײגענע שאפונג, אדער אויסגעבארגט בײ א דיכ *

passage_fc4d402fb682ac75db735264