606 םפר לוקאװ טער— איז שימ נישט װיכטיק. אין די3 שורות איז געלעגן דער טראגישער גורל פח בערל ליפ—א מענטש, װאם האט זיך געריםן צוא שײן לעבן און נישט געקאנט עס דערגרייכן צוליב זײן פיזישן אויםזען. אין ױנגן עלטער, דאכט זיך בײ די30 יאר, איז דער אײדעלער מענטש געשטארבן, זןנ אז בערל איז געקומען אויף יענער װעלט, האט מען אים זיכער געװאלט פארגיטיקן פאר אלע זײנע צרות אח לײח. מען האט אים געד,ײםן אויםקלויבן זיך די אלע פארגע־ ניגנם, װאם ער איז נישט געװען אין שטאנד צו דערגרײכן אויף דער זינדיקער ערד• און איך בין נישט אזוי זיכער, צי דער באשײדענער בערל האט זיד נישט באנארישט װי פרצעם באנטשע שװײג. י. זובראװיטש יוטף פערגאמענט יוםף פערגאמענטם םאטער איז געװען באקאנט מיטן נאמען יצחק משה—א פרומער ײד. אין זײנע הײזלעך האבן געוװינט די םאמע ארעמםטע מענטשן. ער האט אויך געגעבן געלט אויף פראצענט, קעגן משכנות.
יוםף איז געװען מײן חבר, װען זײן פאטער האט שוין נישט געלעבט. ער איז געבליבן אן אלטער בחור און געוואוינט צוזאמען מיט זײן מוטער. יוםף איז געװען א סופר פחמזוזהםאח הײליקע םפרים, הגם ער איז געװען אביסל געכאפט אין קאמו־ ניזם. אז מ׳האט אים געפרעגט װי עס פארט זיך — קאמוניזם מיט דער פראפעםיע פון א םופר — פלעגט ער ענטפערן, אז זײן םחור ה גײט פאר אמעריקאנער ײח, און פאר די איז עס כשר. יוסף איז געװען געזעלשאפטלעך אקטױו און א מענטש מיט װיסן. ער האט זײער אסך געלײענט. בעת די באמבארדירונגען אין 1939 זענען מיר צוזאמען געלאפן זיך ראטעװען צו אונדזערע נאענטע שכנים. מיר האבן זיך פארלוירן. אין יארן ארום האב איך זיך דערװוסט, אז מען האט אים געזען אין א םאװיעטישן לאגער אפגעריסן און שמוציק. זײנע לעצטע װערטער זענען געװען, אז אים פארדריסט אין זאך: װאם סטאלין האט אים אזוי לאנג אפגענארט. י. זובראוױטש