ססר לוקאװ 605 בערל איז געװעןא שװאך קינד. װען ער איז אלט געװען 8—9 יאר איז ער אראפ* געפאלן פחא הוידלקע און עם האבן זיך גענומען ביי אים באוױמן די סימנים סוןא הארב. מען האט אים אװעקגעגעבן צוא שוםטער לערנען זיך דאם פאך. נאךא יאר האט זיד ארויסגעװיזן, אז מען האט אים גארנישט אויסגעלערנט. ער האט בלויז געהאלפן דער באלעבאםטע־ אויםגעקערט די שטוב, ארויםגעטראגן דאם מיםט און אכטונג געגעבן אױף די קינדער, דאן האט מען בערלען אפגעגעבן צוא צװײטן שוםטער אויף גאנצע דרײ יאר מיט עםן און שלאפן. נאך די דרײ יאר האט אים די שװעםטער געדונגעןא בוידעם־שטיבל און בערל איז געװארןא זעלבשטענדיקער שוםטער. און אט דאם בוידעם־שטיבל איז געװארןא קולטור־צענטער אין שטאט, םפעציעל פאר די ױגנטלעכע. דארט האט מען שטענדיק געקאנט טרעפןא10—15 חברים, װאם האבן דיםקוטירט איבער פארשידענע אנגעװײטיקטע פראבלעמען. יעדעם בעסערע בוך איז קודם־כל געװארן איבערגעלײענט בײ ליפן אין בוידעם־שטיבל,
עם איז געװארן צו באורנדערן בערלען׳ װאס האט נישט געהאט קיץ שום בילדונג אחוץ עטלעכע יאר חדר, און האט פארמאגט אזא פילנדיק הארץ פאר ליטעראטור. קײנער פון אונדז האט נישט געקאנט אזוי שײן און קלאר פארלײענעןא ליד אדערא נאװעלע, װי דאם האט געטאן בערל. אויסער דעם האט בערל געהאט אן אויםערגעװײנלעד גוטן זכרון. אין שײכות דערמיט װיל איד אײך דערצײלן פאלגנדיקע געשעעניש,
אין אײנעםא פסח האבן מיר זיך פארזאמלט בײ ליפןא מאן 15, כדי אדורכצו־ ארבעטן געארג בראנדעםעם קריטיק איבער דער אײראפעאישער ליטעראטור. מיר זענען געזעםן אויפן בעט, אויפן טיש, אויפן װארשטאט. בערל איז געװען דער פארלײענער. נאד עטלעכע שעה פון לײענען און דיםקוטירן זענען מיר געװארן מיד און באשלאםן אפרוען זיך, ד. ה. אנטשפאנען זיך מיט שמועםן װעגן אנדעיע ענינים. עמעצער פון די אנװעזנדיקע, משה פינקלשטײן אדער משה גאטעםדיגער, האט געטאןא פרעג: ״װער פון אײך קען ״שיר־השירים״ פון אויםנװײניקז הײנט איז דאך פםח״. קײנער האט נישט געענטפערט. נאר בערל האט זיך אויפגעשטעלט און דערקלערט, אז ער איז גרײט צו זאגן ״שיר השירים״ פון אויםנװײניק, און דערצו— פונעם םוף אויף צוריק! פון אנהײב האבן מיר געמײנט, אז ער מאכט חוזק, אבער ער האט גענומען זאגן ״שיר השירים״ אנהײבנדיק פונעם לעצטן װארט אויף צוריק, און מיר זענען געװען דערשטוינטז ער האט קײן איץ טעות נישט געמאכט. אויף דער װאנט בײ בערלען אין שטוב איז געהאנגען זײנסא בילד מיט עטלעכע געדרוקטע שורות פון אוגטן: אײנזאם זיץ איך, אליין. װער קאן מײן װײטיק פילןז װער קאן מיץ צער פארשטיץז צי די3 שורות זענען געװען זיץ אײגענע שאפונג, אדער אויםגעבארגט בײא דיכ*