Original scan
Original memorial-book scan 615
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1219

ספר לוקא װ 611 דרײסיק יאר זענען שוין אװעק זינט מיץ חבר טאניק איז פארשװונדן צוזאמען מיט אנדערע טויזנטער — אין יענעם פרײען, אויסגעבענקטן לאנד. צי האט מען אים אומגעבראכט אדער אפשר לעבט ער דא פארשיקטער ערגעץ אין א העק ז י. זוכראוױטש מרים שומיק געווען איז דאס אין יאר 1922. מיר זענען נאר װאס ארויס פון די הינטערגעסלעד און גענומען זיך באװײזן אויף דער װארשעװער גאס. אין איינעם פון יענע אװנטן האבן מיר, א גרופע 16־יעריקע ײנגלעך, זיך באקענט מיט עטליכע מײדלעך פון זעלבן עלטער. מיר האבן זיך דערלאנגט די הענט און אנגערופן אונדזערע נעמען. אײנע פון די מײדלעך האט זיך פארגעשטעלט מיטן נאמען מרים שומיק. ווען מיר האבן זיך נענטער באקענט מיט דער גחפע מײדלעך, האבן מיר באמערקט, אז מרים איז די טאנגעבערין. זי איז געװען העכער, שענער און קליגער. זי האט געהאט א װונדערלעכן אופן פון רעדן. מרים שומאק איז צװישן די חברטעס געװען ווי א רויז צװישן געװײנלעכע בלומען. מיר אלע זענען געװען אין איר פארליבט. הערש־פענדל און פרים שומיק אין יאר 1928 מרים האט אונדז פארבעטן צו זיך אהײם. מיר האבן באלד געזען, אז קײן גבירים װוינען דארט נישט. אין די צװײ צימערלעך אן פאדלאגעס האבן זיך געפונען

passage_1f4e7a8bf62eeecc912520c6